די איינוואוינער פון וואשינגטאן די. סי. זענען געוואוינט צו טראפיק, אבער געווענליך איז עס צוליב די מאטארקאדעס פון פאליטיקאנטן און וויכטיגע פערזענליכקייטן וואס קומען באזוכן אין אמעריקע’ס הויפטשטאט.
דאסמאל איז אבער געווען אן אנדערע מעשה, א גרויס טייל פון די גאסן זענען אפגעשלאסן געווארן פון פארקער נאכדעם וואס די אלטע היסטארישע בית הכנסת “עדת ישראל” וואס איז געווען די סאמע ערשטע שוהל אין דעם שטאט, איז ארויפגעפירט געווארן אויף א לאסט וואגאן, און איז אריבערגעפארן די גאסן…
די געביידע פונעם היסטארישער 142 יעריגער שוהל האט זיך אריבערגעצויגן אזויווי ער שטייט און גייט, צו א פרישע לאקאציע, וואו עס וועט זיין א טייל פון א מוזעאום וועלכע איז ערווארטעט צו געעפנט ווערן אין יאר 2021, וואס דאקומענטירט דאס לעבן און שאפן פון אידן אין וואשינגטאן די. סי.
דער אלטער שוהל איז געעפנט געווארן אין יאר 1876. ביים מעמד חנוכת הבית האט זיך באטייליגט דער דעמאלטדיגער פרעזידענט יולסיס גרענט, דאס איז געווען א היסטארישע זאך וואס קיין שום פרעזידענט פריער האט נאכנישט געטון.