אריינפיר: אין די טעג ווערט אפגעצייכנט איבער אמעריקע דעם פיר און פופציגסטן יארטאג פון ווען דער 35’סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשאן פיצדזשעראלד קענעדי, אדער ווי ער איז באקאנט געווען אלס “דזשאן עף. קענעדי”, איז אומגעקומען אין א געלונגענעם אטענטאט דורך דריי קוילן וואס דער שיסער הארווי לי אסוואלד האט ארויסגעשאסן פון זיין רעוואלווער, זייענדיג באהאלטן אין א צימער פון א לייברערי געביידע אין דאלאס, טעקסאס.
קענעדי איז דאן געווען אויף א באזוך אין טעקסאס, אינאיינעם מיט זיין פאמיליע און וויצע פרעזידענט לינדאן דזשאנסאן. אסוואלד איז ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס מ’האט צוזאמגעשטעלט דעם בילד אז ער איז דער שיסער. ער איז אבער קיינמאל נישט געשטעלט געווארן פאר א פראצעס, ווייל א צווייטער פארשוין דזשעק רובי האט אים דערשאסן צוויי טעג שפעטער ווען ער איז ארויסגעפירט געווארן פון א לאקאלע פאליציי סטאנציע צו ווערן טראנספארטירט.
מיר וועלן נישט אריינגיין און באשרייבן דעם גאנצן אטענטאט, די טעג בעפאר, דער באזוך אין דאלאס, און די דראמאטישע שטונדן ווען אמעריקע האט פארלוירן איר פרעזידענט, ווייל דערפון קען מען שרייבן אגאנצן בוך. מיר וועלן ענדערש זיך באציען אויף די פראגע “ווער?” –די פראגע וועלכע איז נאך ביז’ן היינטיגן טאג נישט געהעריג פארענטפערט געווארן, אז טראץ וואס מען ווייסט אז אסוואלד האט אויסגעפירט דעם אטענטאט למעשה, ווער איז אבער געשטאנען דערונטער? ווער האט אים געשיקט דאס טאן?
קענעדי קאנספיראציעס, די גרעסטע אין געשיכטע
די מערסט-אנגענומענע קאנספיראציע דורכאויס די גאנצע היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן איז די קענעדי אטענטאט, וואס א שטודיע פון יאר 07′ האט געצייגט אז אזויפיל ווי 75 פראצענט אמעריקאנער האבן געזאגט אז זיי גלייבן נישט דאס וואס די “ווארען קאמיסיע” האט ארויסגעגעבן. די ווארען קאמיסיע איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך א רייע רעגירונג און שפיאנאזש עקספערטן נאך די אטענטאט אויף קענעדי, אויסצופארשן די גאנצע זאך, ענליך ווי די ספעציעלע קאמיסיע אויף די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.
די ווארען קאמיסיע איז ארויסגעקומען מיט איר פשוט’ע באריכט אז הארווי לי אסוואלד איז געווען אן איינצלנער שיסער, מיט אן אומבאקאנטע מאטיוו, און ער האט נישט געהאט קיין שום מיטהעלפער אדער קא-קאנספיראטארן וועלכע האבן פלאנירט דעם אטענטאט אינאיינעם מיט אים. אט דער אויספיר פון די ווארען קאמיסיע גלייבן נישט ארום 8 פון יעדע 10 אמעריקאנער בירגער.
קוקנדיג אויף אנדערע קאנספיראציע טעאריעס ארום גרויסע געשעענישן, זעהט מען אז די קענעדי קאנספיראציע איז די מערסטע געגלייבט. אן אנקעטע פון צוויי יאר צוריק איבער די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס האבן געצייגט אז בלויז 11 פראצענט אמעריקאנער גלייבן אז עס איז געווען א רעגירונג קאנספיראציע, און רוב אמעריקאנער גלייבן אז ס’איז עכט געווען א טעראר אטאקע.
אט וועלן מיר ברענגען עטליכע פון די קאנספיראציעס, אבער אנשטאט אריינגיין אין לעכערליכע טענות פון פארשידענע קאנספיראטארן, וועלכע צייגן אן אויף פארשידענע בילדער פונעם אטענטאט סצענע כאילו עס זענען געווען נאך עטליכע שיסער און די קוילן זענען נישט געקומען פון די לייברערי געביידע נאר פון א שיפע גראזיגע פעלד נעבן וואו דעם פרעזידענט’ס מאטארקאדע איז דורכגעפארן. אט די חברה ווילן באשולדיגן א מיליאן מענטשן, אריינגערעכנט פרויען און קינדער וועלכע מען זעהט אין די בילדער שטיין צו רואיג, וואס דאס מוז זיין א צייכן אז זיי זענען עפעס פארמישט אין די שיסעריי…
די סי. איי. עי. טעאריע
די ערשטע קאנספיראציע טעאריע, וועלכע ווערט אנגענומען אויך דורך פילע פראפעסארן און היסטאריקער, איז דער פאקט אז די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטור סי. איי. עי. איז געשטאנען אונטער די אטענטאט און האט געהאט פאר זיך א ציהל פטור צו ווערן פון פרעזידענט קענעדי. צו פארשטיין פארוואס עפעס די סי. איי. עי. איז געווען קעגן קענעדי, דארף מען אויפמישן א בלעטל היסטאריע פונעם קובאנער מיסיל קריזיס וועלכע האט זיך אפגעשפילט געציילטע יאר בעפאר קענעדי’ס טויט.
עס איז געווען אין די הייסטע יארן פונעם קאלטן קריג צווישן אמעריקע און רוסלאנד, און צעביסלעך האט זיך אנטוויקלט א נייער פראנט אינעם קריג, נעמליך די קאמוניסטישע אינזל קובא, וואס די רוסן האבן געסטראשעט אמעריקע אז זי וועט אהינברענגען מיסילס, עטליכע קארגע מייל אפגערוקט פון אמעריקע, וואס דאס האט זי טאקע שפעטער געטאן. די קענעדי אדמיניסטראציע האט געזוכט אונטערצוברענגען די רעזשים פון פידעל קאסטרא אין קובא נאך איידער קאסטרא קען עפעס פלאנירן קעגן אמעריקע.
פרעזידענט קענעדי האט דעריבער דירעקטירט די סי. איי. עי. אז זיי זאלן פלאנירן א מאסיווע אקציע, אינאיינעם מיט עטליכע אנטי-קאסטרא גרופעס אינערהאלב קובא, וואס דער פלאן האט געזאלט ארבעטן ווי א רעוואלוציע קעגן די קאסטרא רעזשים דורך די אינעווייניגסטע גרופעס וועלכע וועלן קריגן שטילע שטיצע און הילף פון די סי. איי. עי. די אפעראציע איז גערופן געווארן “בעי אוו פיגס”, און איז למעשה גאר מיאוס דורכגעפאלן, ווען קאסטרא האט געשיקט זיין מיליטער און פאליציי צו ארעסטירן און אומברענגען אלע קובאנער אנטיילנעמער.
אלס רעזולטאט פון די דורכגעפאלענע בעי-אוו-פיגס אפעראציע, האט די קענעדי אדמיניסטראציע אנגעהויבן א מיסיע צו טוישן די סי. איי. עי., זעענדיג קלאר אז זי איז שולדיג געווען אין נישט גענוג גוט פלאנירן די אפעראציע. איינס פון די הויפט שריט וואס די קענעדי אדמיניסטראציע האט געטאן אין רעאקציע צום דורכפאל איז געווען דאס צווינגען דעם דעמאלטדיגן סי. איי. עי. דירעקטאר אלען דאלעס צו רעזיגנירן פון זיין אמט.
לויטן בוך שרייבער פעטריק נאולען איז דאן געווארן דער הויפט ריס צווישן די סי. איי. עי. טאטעס און די קענעדי אדמיניסטראציע, וויבאלד די סי. איי. עי. האט זיך דערוויסט אז פרעזידענט קענעדי וויל נעמען א נייעם צוגאנג צום פראבלעם מיט קובא, נעמליך צו מאכן שלום מיט זיי און מיט די רוסן. עטליכע מאכטפולע סי. איי. עי. אגענטן האבן דאן אנגעהויבן פלאנירן פטור צו ווערן פון קענעדי, און דערצו האבן זיי רעקרוטירט הארווי לי אסוואלד.
ווען מען קוקט אריין אין די פאקטן, זעהט מען אז אסוואלד איז גאר געווען א פרא-קאסטרא און פרא-סאוויעטן אקטיוויסט, און וויאזוי קען דעריבער זיין אז די סי. איי. עי. האט אים איבערגעצייגט צו ארבעטן קעגן קענעדי וועלכער האט טאקע געזוכט שלום מיט רוסלאנד? דער ענטפער דערויף וואס אלע גלייבער אין די סי. איי. עי. קאנספיראציע ענטפערן איז: דער אויספיר פון די ווארען קאמיסיע האט פיל מער לעכער…
די מאפיא’ס חשבון מיט פרעזידענט קענעדי
די צווייטע קאנספיראציע איז אז די טרויעריג-בארימטע קרימינאלע מאפיא באנדעס זענען געשטאנען אונטער’ן אטענטאט אויף פרעזידענט קענעדי. ווען מען קוקט אריין אין די היסטאריע פון די קענעדי פאמיליע, זעהט מען אז זייער היסטאריע מיט די מאפיא גייט צוריק נאך לאנגע יארן בעפאר קענעדי איז בכלל געווארן א פאליטישאן.
דער פאטער פון די קענעדי פאמיליע, דזשאוסעף פי. קענעדי האט אין די 920’ער יארן געהאנדלט מיט די מאפיא צו פארקויפן וויין און אלקאהאל. עס איז דאן געווען די פראהיבישאן עפאכע ווען דער פארקויף פון אלקאהאל אין פובליק איז געווען פארבאטן, אבער די מאפיא האט אנגעפירט מיט א ברייטע נעץ פון אונטערערדישע געשעפטן און דזשאוסעף קענעדי האט גענוצט די מאפיא צו פארקויפן זיינע אומלעגאל-פראדוצירטע וויינען.
אינעם לאס אנזשעלעס טיימס איז ערשינען אן ארטיקל מיט עטליכע יאר צוריק, וועלכע האט אויפגעברענגט פארשידענע באווייזן אז דער פאטער דזשאוסעף קענעדי האט געארבעט האנט ביי האנט מיט די מאפיא אין יאר 960′ ווען זיין זוהן דזשאן עף קענעדי איז געלאפן פאר פרעזידענט, אז זיי זאלן אים העלפן געווינען די גאר וויכטיגע סטעיט אילינאי קעגן דעם רעפובליקאנער קאנדידאט און שפעטערדיגער פרעזידענט ריטשארד ניקסאן. די מאפיא איז אין יענע יארן געווען שטארק איינפלוסרייך אין אילינאי.
אבער די געשמאקע און לאנגיעריגע צוזאמארבעט צווישן די מאפיא און די קענעדי פאמיליע איז געקומען צו אן ענדע ווי נאר קענעדי איז געווארן פרעזידענט. ערשטנס זענען זיי געווען שטארק אויפגעברויזט אויף ראבערט קענעדי’ס דזשאן’ס יונגערער ברודער וועמען דזשאן האט אויפגענומען אלס אטוירני דזשענעראל און ער האט דערקלערט אז זיין הויפט מיסיע איז אונטערצוברענגען די מאפיא אין אמעריקע. א פרישע קלאפ האבן די באציאונגען צווישן די קענעדי’ס און די מאפיא געכאפט ביי די דורכגעפאלענע “בעי אוו פיגס” אפעראציע ווי אויבנדערמאנט. די מאפיא האט געהאט געלייגט אסאך האפענונג אז די קאסטרא רעזשים וועט צוזאמפאלן, וויבאלד קאסטרא האט אויסגעראטן די מאפיא פון קובא, און דעריבער ווען די בעי אוו פיגס אפעראציע איז דורכגעפאלן, האט די מאפיא זיך פריש אויפגערעגט די פרעזידענט קענעדי.
לויטן בוך שרייבער לאמאר וואלדראן האט דער מאפיא הויפט פון ניו ארליענס קארלאס מארסעלא אנגעפירט דעם אטענטאט פלאן, מיט די הילף פון א רייע אנדערע מאפיאנערן. לויט איין באריכט האט מארסעלא זעלבסט געזאגט אין טורמע אין יאר 985′ אז ער האט טאקע פלאנירט די גאנצע אטענטאט, צולייגנדיג אז ס’איז אשאד אז נישט ער זעלבסט האט געשלעפט דעם צינגל אומצוברענגען דזשאן עף. קענעדי.
די רוסן אדער קובאנער טעאריע
א יאר בעפאר די קענעדי אטענטאט, איז פארגעקומען דער קובאנער מיסיל קריזיס, און ווי עס ווייסט יעדער האט זיך דאס זייער נישט גוט אויסגעלאזט פאר די רוסן, ווען זיי זענען געווען געצווינגען פולקאם ארויסצונעמען אלע מיסילס פון קובא און צוריקנעמען אלעס קיין רוסלאנד, וויבאלד די קענעדי אדמיניסטראציע און די אמעריקאנער מיליטער האט געסטראשעט מיט א פולקאמע נוקלעארע אטאקע. פארשטייט זיך אליינס אז די רוסן זענען געווען זייער פארשעמט, און ספעציפיש דער רוסישער פרעזידענט ניקיטא כרוסטשאוו איז געווען שרעקליך אויפגעברויזט אויף קענעדי.
הארווי לי אסוואלד האט דעפעקטירט פון אמעריקע צום סאוויעטן פארבאנד און דאס איז געווען דער בעסטער שאנס פאר די רוסן צו נקמה נעמען אין קענעדי, דורכ’ן רעקרוטירן אסוואלד צוריקצוקומען קיין אמעריקע און דורכפירן דעם אטענטאט. היסטאריקער צייגן אן אויף פארשידענע גאר שטארקע פריוועליגיעס פון וואס אסוואלד האט גענאסן דורכאויס זיינע יארן וואס ער האט פארברענגט אין רוסלאנד, ווי צום ביישפיל האט ער חתונה געהאט מיט א רוסיש-געבוירענע פרוי אנע סערטיפיקאט, וואס אין יענע קאמוניסטישע יארן האט אן אויסלענדישער געדארפט קריגן א ספעציעלע רשות סערטיפיקאט פאר אזא זאך פונעם קרעמלין.
אויך ווען אסוואלד האט געזוכט צו פארלאזן רוסלאנד אין יאר 962′ האט ער באקומען די נויטיגע רשות דאקומענטן אין געציילטע וואכן, וואס פאר יענע יארן איז דאס געווען גאר שנעל. די אלע מאדנע זאכן צייגן אן אז די רוסן האבן מעגליך רעקרוטירט אסוואלד און אים דירעקט געלאזט צוריקפארן קיין אמעריקע, אז ער זאל דורכפירן דעם אטענטאט און אומברענגען פרעזידענט קענעדי.
אן ענליכע טעאריע איז אז די קובאנער האבן עס געטאן. פון איין זייט גלייבן פילע אז קאסטרא זעלבסט האט דאס אונטערגעשטעלט, און דאס איז געקומען אלס פערזענליכע נקמה. ווי באקאנט האט די אמעריקאנער רעגירונג פרובירט אומצאליגע מאל אומצוברענגען דעם קובאנער פירער קאסטרא דורך פארשידענע וועגן, ווי שיקן פאר’סמ’טע ציגארעטלעך און אזוי ווייטער. קאסטרא האט אונטערגעשטעלט דעם אטענטאט פשוט צו נקמה נעמען. ווען דער דזשורנאליסט ביל מאיערס האט געהאט אן אינטערוויו מיט קאסטרא אין יאר 977′, האט ער אים געפרעגט איבער דעם, און קאסטרא האט זיך צעשריגן אז ס’איז הוילע פאנטאזיעס און נארישקייטן אים צו באשולדיגן אין אונטערשטעלן דעם אטענטאט אויף קענעדי.
פון די אנדערע זייט זאגן פילע אז די אנטי-קאסטרא קובאנער אין אמעריקע האבן דאס גאר געטאן. די אנטי-קאסטרא קובאנער זענען געווען אויפגעברויזט אויף קענעדי אויך צוליב די דורכגעפאלענע בעי אוו פיגס אפעראציע און דעריבער האבן זיי פלאנירט אומצוברענגען קענעדי דערפאר. דאס איז אבער פון די קאנספיראציעס וועלכע ווערט די ווייניגסטע געגלייבט, ווייל עס איז נישט גענוג א שטארקע מאטיוו פאר די אמעריקאנער-קובאנער, און אויך האבן זיי נישט געהאט די פארבינדונגען אין די אונטערוועלט און מיט אסוואלד פערזענליך.
לינדאן דזשאנסאן
אט די טעאריע ווערט דאס מערסטע געגלייבט. לינדאן דזשאנסאן, דער וויצע פרעזידענט צו דזשאן עף קענעדי, האט אראנדזשירט די אטענטאט אויף קענעדי. קוקנדיג אויף די פשוטע פאקטן און אנטוויקלונגען, זעהט מען אז דזשאנסאן האט דאס מערסטע בענעפיטירט פון קענעדי’ס טויט, נאכדעם וואס ער איז זאפארט איינגעשוואוירן אלס נייער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ווי נאר קענעדי איז דערקלערט געווארן טויט.
קענעדי און דזשאנסאן’ס קריגעריי איז צוריקגעגאנגען נאך צו די דעמאקראטישע פריימעריס אין יאר 960′, ווען דער עלטערער דזשאנסאן האט אין אנהייב אויסגעזען ווי דער קלארער געווינער פון די דעמאקראטישע פארטיי’ס נאמינאציע, וויבאלד די פארטיי פירער האבן אים געגליכן און אים געשטיצט. דער יונגער און ענערגישער קענעדי איז אבער אריינגעקומען צום קאנווענשאן מיט א פלאן צו געווינען און האט מיט זיין כאריזמע, און זיין ברודער ראבערט’ס שווערע ארבעט, באוויזן צו קריגן די מערהייט דעלעגאטן און דערמיט געקריגן די דעמאקראטישע נאמינאציע אלס פרעזידענט קאנדידאט קעגן דעם רעפובליקאנער קאנדידאט ריטשארד ניקסאן.
נאכדעם וואס קענעדי איז דערקלערט געווארן דער דעמאקראטישער קאנדידאט, האט ער אויסגעוועלט זיין געוועזענער קעגנער לינדאן דזשאנסאן אלס זיין מיטלויפער. דזשאנסאן האט באהאלטן זיין וויסטע שנאה צום יונגן קענעדי, וועלנדיג זיין אויף די פרעזידענטליכע טיקעט, און דזשאן עף. קענעדי האט געוויסט אז ער מוז וויכטיג האבן דזשאנסאן אויפן טיקעט, ווייל טעקסאס איז געווען איינס פון די וויכטיגסטע סטעיטס אין יענע יארן און קענעדי איז געווען גאר אומפאפולער אין יענע סטעיט. דזשאנסאן, פון די אנדערע זייט, האט גענאסן פון שטארקע שטיצע אין די סטעיט, זייענדיג אן אפשטאמיגער פון דארטן.
די קענעדי-דזשאנסאן טיקעט האט טאקע געווינען טעקסאס און געווינען די פרעזידענטשאפט. קענעדי און דזשאנסאן זענען אריין דינען אין ווייסן הויז, אבער זיי האבן קיינמאל נישט זיך גוט פארשטאנען. זייערע ראטגעבער און נאנטע געהילפן האבן זיך ארומגעשלאגן און יעדע אישו איז געווארן אן אינערליכער קאמף. צעביסלעך האט קענעדי’ס ברודער, אטוירני דזשענעראל ראבערט קענעדי, געעפנט א רייע אויספארשונגען אויף דזשאנסאן’ס פריימערי קאמפיין קאסע און עס האט געדראעט טורמע פאר דזשאנסאן. דער וויצע פרעזידענט האט זיך דערזען פארכאפט אין א נעץ און האט אנגעהויבן הערן שמועות צווישן קענעדי’ס געהילפן אז דער פרעזידענט פלאנירט אים אראפצעווארפן פונעם טיקעט אין יאר 964′ און אים ערזעצן מיט א צווייטן.
לויט’ן בוך וואס דער היסטאריקער ראדזשער סטאון האט היי יאר ארויסגעגעבן, האט זיך דזשאנסאן דאן אויסגעדרוקט צו איינער פון זיינע געהילפן “איך וואלט אין דעם יונג אריינגעשאסן א קויל אין קאפ”. לויט די טעאריע אז דזשאנסאן שטייט אונטערן אטענטאט אויף קענעדי, גייט עס בערך אזוי, אז דזשאנסאן האט שטילערהייט אנגעהויבן צוגרייטן אן אטענטאט פלאן, און איז פארבינדן געווארן דורך איינער פון זיינע שאטן געהילפן צו הארווי לי אסוואלד.
דזשאנסאן האט געשטופן פרעזידענט קענעדי צו אונטערנעמען די רייזע אין דאלאס, טעקסאס וועלכע איז דאן געווען ווייט פון פריינטליך צו קענעדי. פון דא און ווייטער ליינט זיך שוין פון זיך אליינס, אז דזשאנסאן האט ארגאניזירט דעם רוט פאר די פרעזידענטליכע מאטארקאדע, וואס אדאנק דעם איז מען דורכגעפארן דיעלי פלאזא, און נישט דער הויפט גאס מעין סטריט וואו מען האט אריגינעל געהאט געפלאנט דורכצופארן.
אויב זענען די אלע דעטאלן איבער דזשאנסאן נאך אלס נישט געווען גענוג אייך צו איבערצייגן אין זיין שולד, נעמט אין באטראכט דעם פאקט: ווען פרעזידענט דזשאנסאן האט צוזאמגעשטעלט די ווארען קאמיסיע אויסצופארשן דעם אטענטאט אויף קענעדי, וועמען האט ער געשטעלט אלס הויפט פון די קאמיסיע? אלען דאלעס, דער געוועזענער סי. איי. עי. הויפט וועמען קענעדי האט אויפגעזאגט און עס איז פארבליבן בייז בלוט צווישן די צוויי נאך פון דעמאלט.