א עראפלאן וואס האט געפירט די אקלעהאמע סיטי טהאנדע”ר בעסקעט באלל גרופע, האט געמאכט א עמערדזשענסי לאנדונג אין טשיקאגא, צו אויסגעפונען אז זייער עראפלאן האט זיך צוזאמענגעשטויסן מיט א גרופע פייגלעך, און די נאז שפיץ האט זיך אריינגעדרוקט ווי א אייער שאלאכטס…

די דעלטא עראפלאן, וואס האט אריינגעקראכט אין א גרופע פייגלעך קומט אן פארשעמט אין די טשיקאגוי לופטפעלד. מיט אן אריינגעקוועטשטער נאז-שפיץ

“…אין וועלכע אביעקט האבן מיר זיך שוין געקענט אנקלאפן פליענדיג אזוי שפעט אין די נאכט?” האט איינער פון די רייזענדער געשריבן אויף זיין אינסטעגראם אקאונט. הערנדיג די אויסרופן אז מען גייט דורכפירן א לאנדונג.

די גרופע איז געפלויגן מיט א דעלטא עראפלאן, פון מינעיאפעליס צו טשיקאגוי, און ווי דעלטא האט באשטעטיגט האט זיך די פליגער אנגעטראפן אין א גרופע פייגלעך אויבן אין די הימלען.

די ווארטזאגער פאר דעלטא עליזאבעט וואלף האט געזאגט אז די מעינטענענס שאדן ווערט נאך אפגעשאצט, די בויאינג 757-200 האט אנגעקלאפט אין א גרופע פויגל, און אז די פליגער האט געלאנדעט פארזיכערט.

די ספארט גרופע האבן געשריבן דערוועגן אויף טוויטער און אנדערע סאציאלע מידיע אקאונטס, זיך וויצלענדיג דערוועגן, איינער שרייבנדיג צו נאסא אז זיי האבן אנגעקלאפט אין א שטערן.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.