››› אייגנארטיגער אויפבוי פון א טירגארטן, געבויעט, אהערגעשטעלט, און געשפילט דורך קינדער ››› מומחים באוואונדערן דעם געניאלן געדאנק, און מאלן דאס אראפ אלס אויסטערליש זיס.
קייאמישע לעיק. – די בארימטע מונקאטשער קעמפ וואס דינט אלס אנגענעמער זומער היים פאר הונדערטער אידישע קינדער, און איז באקאנט מיטן דורכפירן גאר אינטערסאנטע אקטיוויטעטן, האט די וואך פארגעשטעלט א גאר זיסער קאנצעפט, א פרישער געדאנק מלא תוכן, מיט א געוואלדיגער מאס שעפערישקייט ווערנדיג ארויסגעהויבן אומעטום.
די מונקאטשער קעמפ ווערט אנגעפירט דורך דער מחנך הרב וועלוול שמעלצער שליט”א, און א שטאב פון געטרייע אויסגעקליבענע מדריכים, וואס לייגן אריין אסאך ארבעט אין יעדע הינזיכט, צו ברענגען א געשמאקע זומער פאר די קינדער.
אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען מען האט אויסגעבראכן פאר די קינדער אז מען גרייט זיך פאר א קנאקעדיגער טירגארטן, און יעדע קלאס דארף אהערשטעלן זייער שטייג, און קינדער וואס קענען גוט שפילן ווי באשעפענישן.
די קינדער האבן שווער געארבעט, זיי האבן געשלעפט ביימער און שטיינער, געצויגן שטריק, געפארבט און געבויעט, אויפגעקומען מיט אויסטערלישע געדאנקען צו אהערשטעלן שטייגן, עס האט זיך נישט געלאזט גלייבן וואס קינדער קענען אלס ערלעדיגן, געווענליך פאדערט זיך מדריכים וואס זאלן צוהעלפן און טון אלעס, דא אבער זענען אלע ערוואקסענע געשטאנען און צוגעקוקט פארגאפט וואספארא טאלאנטן און מעגליכקייטן קינדער פארמאגן.
מען האט געהאנגען ריזיגע שילדן “ברוכים הבאים צו גן חיים ושלום” און געבויעט צוימען ארום אלע שטייגן.
די קינדער האבן פראקטיצירט זייערע ראלעס, באקומען שיינע קאסטיומס, און אריין אין די שטייגן, עס האט זיך דאן אפציעל געעפנט א טירגארטן אויף א ריזיגער שטח מיט צענדליגע סארטן חיות, בהמות, ועופות אלעס פארשטעלטע קינדער וואס שפילן באשעפענישן און לייגן זיך אינגאנצן אריין אין די מצב.
קינדער פון אנדערע קעמפס זענען געקומען זען די ארבעט, און עס האבן זיך אנגעפולט די שטייגן מיט צוקוקער, ביי יעדע חיה זענען געווען Zookeepers, דאקטוירים, רייניגער, און שטאב געהילפן, וואס האבן צוגעגעבן צום קאליר און עס צו מאכן אויסזען מער אויטענטיש. אויך זענען געשטאנען רעדנערס (אלעס קינדער מיט קאסטיומס) פארנט פון די שטייגן פארשטעלנדיג שיינע דרשות איבער די באשעפענישן, דערציילנדיג פאר פארבייגייער אינטערסאנטע פאקטן און תורה’דיגע אויסצוגן איבער די חיה.
פון אלע זייטן האבן מענטשן געשטראמט, קאנטרי איינוואוינער, און עלטערן פון קינדער, פארבייפארער אויפן שאסיי 42 האבן זיך אפגעשטעלט מיטצוהאלטן די סענזאציע, און אויסגעדרוקט זייער באגייסטערונג, פרעמדע אנוועזנדע האבן באוואונדערט דעם קאנצעפט און כסדר איבערגעזאגט אז עס שפירט זיך ממש ווי אין א עכטער טירגארטן!
עס איז געווען אויפגעשטעלט א ספעציעלע ‘טירגארטן געשעפט’ ווי מען האט פארקויפט עסנווארג און בילעטן, צוגעבנדיג צום מצב.
קליינע קינדער האבן כסדר געוויינט ווי אין עכטע טירגארטנס מורא האבנדיג פון די באשעפענישן…
מען האט באמת געקענט זאגן “מה רבו מעשיך ה’ כולם בחכמה עשית” ווי שעפעריש און טאלאנטפול מענטשן זענען, און ווי שיין זענען די אלע חיות וואס השי”ת האט באשאפן.
עס האט זיך אהערגעשטעלט א אומגלויבליכע בילד פון ‘נאטור מיט שעפערישקייט,’ געמישט מיט ‘גוטע אקטיארן און מייסטערווערק,’ לאזנדיג די קינדער אין קעמפ שוועבן אין א וואלקן פון ענטוזיאזם, און די קעמפ שטאב צופרידן פון נאך א מאסיווע באמבע אקטיוויטעט צו דערפרייען די קינדער אין די בעסטע קעמפ אין די וועלט.