א 50 יעריגער מאן אין מזרח כינע איז געווארן אפערירט, און מען האט ארויסגענומען פון זיין קערפער 2 פעדערס (Pens) וואס ער האט אראפגעשלינגען 35 יאר צוריק.
דאקטוירים אין די “שוזהו, דזשיאנגזו,” פראווינץ אין כינע, האבן ארויסגענומען די 2 פעדערן, זיי זענען געווען צוזאמגעקלעבט, און אנגעבליך האט דער מאן בכלל נישט געוואוסט אז ער האט דאס אראפגעשלינגען.
דורכאויס די יארן האט דאס אים נישט פאראורזאכט קיין שום פיין, און ער האט דאס נישט געשפירט, אבער ווען ער האט לעצטנס געדארפט דורכגיין א עקס-רעי האבן אים דאקטוירים איינגעמאלדן די נייעס אז ער פארמאגט עטליכע אביעקטן וואס זיי האבן שפעטער באצייכנט צו זיין פעדערס.
נאכן ארויסנעמען די פעדערס האט מען אנטדעקט אז די פעדערס האבן די סימבאל פון א טרונק-הויז, באדייטנדיג אז ער איז מן הסתם געווען אנגעטרונקען ווען ער האט דאס אראפגעשלינגען.