מאסיווע אויפקאכונג אין די חרדי’שע וועלט ברענגט צוזאם שווערע טויזענטער מענטשן אין די בארקלעי סטאדיום, צו פארשרייען דעם פראבלעם פון גיוס בני הישיבות ››› אל דזשאזירע דזשורנאליסט אין פרעסע אדרעסירונג צו אידישער ווינקל: “דאס איז פאר אונז גרויסע נייעס” ››› דזשורנאליסט פון פרייע “הארץ” צייטונג זאגט גערירט ביים זאגן תהלים “איך דערמאן זיך פון יום כיפור.”
אריינפיר: די אידישע גאס קאכט ווי א קעסל, עלטערן זאגן אן פאר די קינדער אז זיי זאלן גוט געדענקען דעם בארקלעי כינוס, ווייל “איין טאג וועט דאס נאך זיין די היסטאריע פון וואס יעדער וועט דערפון רעדן, און דאס געדענקען.”
וואס עס פאסירט האלט יעדער מיט, צו עס איז דא א גזירה אדער נישט איז שוין א דעבאטע, אבער וואס איז זיכער איז, אז אידן פון אסאך שיכטן און קרייזן, אפילו ביז צו די ליטווישע וואס זענען געווענליך יא מער איינגעהאלטן ווען עס קומט צו די נושא פון ארץ ישראל זענען אויפגעקאכט אויף די עוולה פון אריינרוקן בחורים אין מיליטער, מיטן אויסרייד אז זיי זענען גאסן יונגען, און וואלגערן זיך סייווי אין די גאסן.
די מערכה איז אריבער אסאך שטאפלען, און אנטוויקלונגען, און אסאך פאסירונגען האבן געשפילט א ראלע ביזן פאקטישן מינוט ווען די הונדערטער באסעס, אויטאס, און באנען האבן אנגעהויבן אויסשפייען מאסן מענטשן, זיך לאזנדיג צו די טויערן, און פארשידענע אריינגענג, פון דעם גיגאנטישן, ריזן פארצווייגטן סטאדיום.
מיר אלס א נוטראלער גרופע שרייבער, וואס טוען די פליכט פון דעקן געשעענישן, און צושטעלן נייעס דעקונג וואס אינטערסירן דעם אידיש רעדנדער ציבור, וועלן מיר זיך פרובירן האלטן צו די טרוקענע פאקטן, און ברענגען דעקונג פון א דזשורנאליסטישן פערספעקטיוו, אן אנרירן זאכן וואס קענען זיין סענסיטיוו צו טייל פון אונזערע ליינער.
די טעג בעפארן כינוס –
זענען געווען א טעג פון ענטוזיאזם ביי א גרויסע טייל חסיד’ישע אידן. די טעמע איז געווארן מער און מער אויפגעפלאקערט, ווען איבעראל קופקעט מען זיך, יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער, דער עולם טראגט דאגות, און טייל נעמען עס גאר פערזענליך, עס ווערט אבער נענטער און קלארער אז נאך שבת וועט פארקומען עפעס היסטאריש, סוקסעספול, אדער חלילה פארקערט, יעדער איז איינגעשפאנט, און ווי נענטער אלס מער איז מען אריינגעטון, קליין און גרויס, יעדער איז פארנומען נאר מיט איין זאך נעמליך, דער פראבלעם פון גיוס. טייל האלטן שוין אז מיטן ווינט פונעם גיוס, הערנדיג אז “עס איז דא אן אנדערע וועג” א בעסערע וועג, האט מען שוין אויפגעטון וואס מען האט געדארפט אויפטון, נאך בעפארן עצם הכינוס.
זונטאג פארטאגס
באסעס פון קאנאדע לאזן זיך ארויס, די עסקנים ערשיינען אין זאל, מען פראקטיצירט דעם ריזן אונטערנעמונג, ווען גלייכצייטיג נעמט די ען-וויי-פי-די אלע זיכערהייט מעטאדן, און מאכן זיכער אז אזא ריזיגע צוזאמענפאר פון חרדי’שע אידן בלייבט פארזיכערט, סוואט פאליציי, מיט שמעק הינט ערשיינען צום סטאדיום, און פירן דורך טרענירונגען.
די נאכמיטאג שעות ווערן נענטער, און די גאסן ארום דעם סטאדיום הייבן אן פיבערן מיט מענטשן, עס נעמט זיך צוזאם א ציבור פון שווערע טויזענטער מענטשן, אין אלע יארגענג.
אנקומענדיג אין סטאדיום האט מען געפירט די פילע שרייבער, פאטאגראפירער, און מידיע פערזענליכקייטן, צו די ספעציעלע פרעסע צימער, אויפן וועג זענען מיר פארביי פולע שטובער ווי טעטיגע און ערפארענע עסקנים האבן געפיבערט מיט פונקציעס, יעדער אויף זיין פאזיציע, פירנדיג קאמענד צימערן, אונטער א פארע פון דרוק, און אנערקענונג אויף די ריזן אחריות.
פילע וואולענטירן אינערהאלב שומרים ד’וויליאמסבורג און אנדערע ארגענעזאציעס, האבן געהאלפן דירעקטירן די מאסן, און אזוי האבן זיך איבערגעפולט די זיצן אין דעם גיגאנטישן סטאדיום.
מען האט געהערט רעדעס אין אידיש, לשון קודש, און ענגליש, מען האט אדרעסירט די אנוועזנדע מידיע לייט
און ריזיגע סקרינס האבן געשריגן מיט רעש’יגע קאלירן, פאסיגע טראנסקריפטן, און בולט’דיגע זאצן ווי “שעים אן י”ו”.
א לעבעדיגע לייוו הוקאפ איז אויך געווארן אוועגעשטעלט זייער פראפעסיאנאל, ווען טויזענטער האבן געקענט מיטהאלטן וואס עס טוט זיך.
די טירן האבן כסדר געברענט נאך מענטשן, און עס איז געווען אינטערסאנט צו טרעפן באריכטער פאר אזאנע גרויסע מידיע פירמעס ווי “אל דזשאזירע” וואס האט זיך געזאגט אז דאס איז פאר זיי גרויסע נייעס, די אנטוויקלונגען ציען זייער אינטערעסע, און עס וועט ווערן געשפילט פאר מיליאנען אראבער, מארגן אדער איבערמארגן (מאנטיג אדער דינסטאג)
אויך האבן מיר זיך באגעגנט מיט א דזשורנאליסט אינערהאלב “הארץ” די גרעסטע פרייע צייטונג אינערהאלב ארץ ישראל, וואס וועט ווארשיינליך טראגן די נייעס קיין ארץ ישראל, און האט אונז געבעטן ערקלערונג וואס יעדער מורמלט, געווען איז דאס תהלים, און ביים אים דאס ענטפערן האט ער געזאגט “עס שפירט זיך ווי יום כיפור, זייער אייגנארטיג”.
אין א באזונדערע שמועס מיט א שרייבער אין דזשרוסעלעם פאוסט, בארימט ער די פאקט אז אזויפיל מענטשן זאלן זיך צוזאמנעמען אויף איין פלאץ, און קיין שום מהומות זאל נישט פאסירן, “עס איז א קידוש ה’ זאגט ער”.די מסיבה האט זיך געענדיגט 7:30 און מען האט געהערט רעדעס פון רבנים אין עטליכע קרייזן, און אזוי אויך האט מען געהערט לעבעדיגע רעדעס פון מנהיגים אין ארץ ישראל.
די כינוס האט געלאזט א שיינע רושם, און עס זאל האבן אויפגעטון גוטע זאכן בס”ד.