מאניקא פראליאן, איז א פולישע פרוי וואס וואוינט אין א קליינע פולישער דערפל “קלאנפיא גורפא” וואס איז ווייט צוויי א האלב שעה צו רייזן פון די הויפטשטאט ווארשע, און אויסער אירע הינער אדער קוהען, און די פאר פויערישע שכנות, באגעגנט זי נישט צופיל פרישע אביעקטן אין איר לאנגווייליגע לעבן. איין טאג האט זי באשלאסן אז זי וועט אביסל רענאווירן דעם שטאל וואס זי האט פאר אירע קוהען, און זיך טאקע גענומען צום ארבעט.
דאס פראליאן פארפאלק האט אנגעהויבן צו אויפקראצן דאס ערד פונעם שטאל, און געגראבן אביסל טיפער צו קענען אהערשטעלן א פרישע הערליכע פאדלאגע פאר אירע חשוב’ע קוהען. ווי ערשטוינט איז דאס פארפאלק געווארן, טרעפנדיג אונטער די ערד וואו זייערע בהמות פאשען, אינטערעסאנטע שטיינער מיט “מאדנע אויפשריפטן” אריינגעקריצט דערויף.
מאניקא האט צונויפגעזאמלט די אלע שטיינער, און דאס אוועקגעלייגט אין א זייט פון איר הויף, נישט וואוסנדיג וואס דאס איז. די שטיינער זענען געווען פארשמירט מיט זאמד און שטיינער, און נאך א רעגן איז עס אפגעוואשן געווארן פון די זאמד.
אביסל שפעטער האט זי געזען אויף די ארטיגע טעלעוויזיע א געוויסער באריכט – וואס מיר האבן אויך באריכטעט אויף אידישער ווינקל – איבער א שאסיי וואס איז געפינען געווארן אויסגעפלאסטערט מיט אידישע מציבות, און וואלונטירן האבן אונטער א שלאקס רעגן דאס מפנה געווען צו א אידישער בית עלמין.
אויף די טעלעוויזיע האט אויפגעטרויטן א איד מיטן נאמען דאניעלס וועלכער טוט אין פרעזערווירן דעם האלאקאסט, און ער האט געשילדערט גאר עמאציאנאל ווי טייער און הייליג די מציבות זענען, און אז איר ארט איז אין א אידישער בית החיים. זי איז געווארן איבערגענומען דערפון, און שווער געארבעט צו שאפן די נומער פון דאניעלס און אים געמאלדן אז זי האט פארשידענע שטיינער אין הויף וואס זעט איר אויס ווי אידישע מציבות.
דאניעלס האט געברענגט וואלונטירן פון די ארגאניזאציע “ממעמקים” וואו ער שפילט א פירנדע ראלע, און מען האט אינאיינעם צונויפגעקליבן די צובראכענע מציבות. נאך א קורצע זוך האט מען געטראפן די נענטסטע אידישער בית החיים אין די שטעטל באזקאוזדארוואטש, וואס איז צוואנציג מינוט צו רייזן פון קלאנפיא גורפא, און די וואלונטירן האבן אהין געפירט די מציבות.
די דערפל קלאנפיא גורפא איז הארט נעבן די שטאט קילץ, וואס איז געווען א אידישער צענטער, עס האבן דארט געוואוינט בעפאר דעם ביטערן וועלט קריג אזויפיל ווי צוואנציג טויזענט אידישע נפשות. ווען די נאציס ימ”ש האבן איינגענומען פולין, זענען אלע אידן אריבערגעפירט געווארן צו א געטא, און דאס מערהייט פון זיי איז אומגעברענגט געווארן על קידוש שמו יתברך, אין די טויט לאגער טרעבלינקע.
דאס איז נאך א רינגעלע אין די לעצטיגע קייט פון אינצידענטן, ווען אידישע מציבות וועלכע זענען גענוצט געווארן צו געשענדעט ווערן דורך די רשעים ימ”ש, אויספלאסטערנדיג דערמיט די גאסן, ווערט צוריקגעברענט צו זייער ריכטיגער רוה ארט.