א פרישער געפערליכער אנטיסעמיטישער אטאקע איז ב”ה פארמיטן געווארן, נאכדעם וואס א עקסטרעם רעכטער אקטיוויסט איז ארעסטירט געווארן אין פלארידע, פלאנירנדיג צו אונטערצינדן א געביידע וואו עס האבן געוואוינט אידן. ווי ער האט געגעבן צו פארשטיין פאר די פאליציי, האט ער געוואלט “אומברענגען אלע אידן” רחמנא ליצלן.
דער צוויי און זיבעציג יעריגער פארשוין, וואלטער סטולפער, איז ארעסטירט געווארן פרייטאג, און איז באצייכנט געווארן דורך די פאליציי אלס א “גאר געפארפולער מענטש”.
די געשיכטע איז גאר מאדנע, ווייל דער אנטיסעמיט סטולפער זעלבסט האט פארמאגט א דירה אין יענע געביידע וואס ער האט געוואלט אונטערצינדן, און ביי אים אינדערהיים האט מען געפונען נאצישע ביכער און נאך פארשידענע ארטיקלען וואס זענען רעספעקטירט ביי די נעא-נאציס איבער דער וועלט.
ווי די פאליציי רעפארט דערציילט, איז ער פארשיקט געווארן פון די דירה נישט אזוי לאנג צוריק, נאכדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין רענט צו באצאלן, און דאס איז לכאורה די אורזאך פארוואס ער האט באשלאסן צו אונטערצינדן דוקא דעם געביידע, אלס נקצה פארן אים ארויסווארפן פון זיין שטוב.
אין די נייעס איז געווען באריכטעט אז סטולפער איז געכאפט געווארן, ווען ער האט געפירט צוויי גרויסע גאז קאנעס אין א שאפינג-וועגעלע נאנט צו די געביידע. אביסל שפעטער האט די פאליציי אנטדעקט ביי אים נאך פילע קאנעס מיט גאז און אנדערע געפארפולע ברען מאטעריאל, צווישן זיי שוועבל און כעמיקאלן וואס שטיקן, און זענען אויפרייס מאטעריאל. ער האט אויך געהאט אנגעשטעלט פון פריער צוויי גרויסע פענ’ס, וואס זאלן בלאזן אין זיין דירה, און אזוי ארום אויפפלאקערן די פלאמען.
דער אנטיסעמיט האט שוין געהאט אנגעיאגט אראפצולאדענען אויף עטליכע שטאקן פון די געביידע טייל פון די קאנעס, גרייט צום מאסיוון אויפרייס וואס ער האט פלאנירט. דערנאך האט ער אנגעהויבן גיסן פון די גאז און בענזין ארום די געביידע, און געוואלט אנהייבן דאס צו אונטערצינדן.
סטולפער איז נישט געווען צופרידן דערמיט, נאר ער האט געקויפט שלעסער מיט וואס ער האט געפלאנט אפצושליסן אלע טירן און ארויסגענג פון די געביידע, אז די וואס זענען אינעווייניג זאלן נישט קענען ארויסלויפן זיך ראטעווען, און אז די פייערלעשער זאלן זיך מוטשענען אסאך צייט ביז זיי וועלן קענען אריינדרינגען אינעווייניג און פארלעשן די פייער.
ווען די פארשער האבן געפרעגט סטולפער פארוואס ער האט געקויפט די אלע קאנעס מיט גאז, האט ער געזאגט אז ער האט געוואלט “מאכן א קליינע בארביקיא”. אצינד איז ער אונטער ארעסט און וועט אנגעקלאגט ווערן מיט הארבע קלאגעס, צווישן זיי אז ער האט פארמאגט ביי זיך אומלעגאל געווער.