אידישע נייעס

אראבישער פראנקרייך מערדער וועט נישט אויסשטיין שטראפן

דער מערדער כוביאלי טערואר, א אכט און צוואנציג יעריגער אימיגראנט וואס האט פאראיאר ערמארדעט א אידישע פרוי אום אפריל 4 למספרם אין פראנקרייך, איז דערקלערט געווארן אלס א גייסטיש אומסטאבילער פארשוין, און ער וועט דערפאר נישט קענען ווערן אנגעקלאגט אין א געריכט פאר די ברוטאלע און מערדערליכע רציחה וואס ער האט דורכגעפירט.

טערואר, וואס איז שוין געווען באקאנט אלס א גרויסער אנטיסעמיט און ווילדער שונא ישראל נאך איידער די מארד, איז ארעסטירט געווארן פארן מארדן זיין אידישע שכנה שרה חלימי הי”ד, אין עלטער פון 65 יאר.

די ארטיגע שכנים האבן נאכאנאנד מיטגעהאלטן וויאזוי טערואר האט געטשעפעט און גערודפט די אידענע טראץ וואס זי האט אים קיינמאל גארנישט געטון, ער פלעגט איר נאכשרייען מיט ווילדע לאוזונגען, און איין טאג איז זי פאטאל ארויסגעווארפן געווארן פון איר פענסטער, השם ירחם.

מ’האט נישט געדארפט קיין גרויסע אגענטן צו פארשטיין ווער עס ליגט אונטער די שוידערליכע אקט.

אנשטאט דער רוצח זאל באקומען טורמע און זיין פאראנטווארטליך אויף זיינע מעשים, האט פאסירט מיט אים דאס וואס עס פאסירט פאר אלע אנטיסעמיטישע אטאקירער אין פראנקרייך: זיי ווערן דערקלערט אלס גייסטיש צורעדערט, כאטש וואס אלע זיינע באקאנטע זאגן אז ער איז גייסטיש סטאביל, נאר א גרויסער אנטיסעמיט.

די אידישע געמיינדע אין פראנקרייך האט שארף פארדאמט דעם אורטייל.

פארלאפענעם יאנואר האט מען געברענגט טערואר פון א פסיכיאלאגישער שפיטאל צום געריכט, וואו ער איז אריבער א פסיכיאלאגישער אינטערזוכטנג, וואו מען האט באשטעטיגט אז ער איז גייסטיש סטאביל, און ער קען אנגעקלאגט ווערן אין געריכט.

מיט דעם אלעם האט די געריכט באשלאסן אויף די אייגענע האנט – ניטאמאל די אדוואקאטן אדער דער באשולדיגטער האט דאס פארלאנגט – איבערצומאכן די אבזערוואציע, און דאן האבן זיי פלוצלינג ארויפגעברענגט רעזולטאטן אז דער מערדער איז גייסטיש צערודערט.

אין פאקט איז פראנקרייך גאר אנטיסעמיטיש, אנגעבליך צוליב די פילע אראבישע אימיגראנטן וואס יאווען זיך אהין אין די מאסן, און פרובירן איינצונעמען פראנקרייך און אלע איבעריגע אייראפעאישע לענדער.

אנשטאט די פראנצוזישע אויטאריטעטן זאלן עפעס טון אויסצוראטן די אנטיסעמיטיזם און פילע איבערפעלער און אטאקעס, ווערן די אטאקירער באשולדיגט אלס “צערודערטע פארשוינען”, און אזוי ארום ערשיינט כמעט נישט קיין האסן פארברעכן אויף זייער קרימינאליטעט ליסטע.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.