פאליטישע נייעס און ארטיקלען

סענאט מיט פרישע רוסלאנד דעקלעראציע

וואשינגטאן – די איינפלוסרייכע סענאט שפיאנאזש קאמיטע האט נעכטן געמאכט פרישע העדליינס איבער די אנגייענדיגע אויספארשונגען ארום רוסלאנד’ס שריט ביי די יאר 16′ פרעזידענט וואלן, ווען די קאמיטע איז פאראייניגט געקומען צום אויספיר, נאך לאנגע מאנאטן פון אויספארשן, אז רוסלאנד האט זיך אריינגעמישט אין די וואלן, מיט’ן קלארן און דירעקטן ציל צו העלפן דאנאלד טראמפ געווינען די וואלן.

די דעקלעראציע דורכ’ן סענאט שפיאנאזש קאמיטע, איז אין דירעקטער קעגנזאץ מיט וואס די קאנגרעסיאנאלע שפיאנאזש קאמיטע איז געקומען צום אויספיר ביים ענדיגן זייער אויספארשונג עטליכע מאנאטן צוריק, וואס זיי האבן דאן דערקלערט אז רוסלאנד האט זיך טאקע געמישט, אבער בכלל נישט צו העלפן טראמפ, נאר בלויז אנצוזייען כאאס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.