די באקאנטע ‘סי ען ען’ דזשורנאליסט ‘דזשים אקאסטע’ איז באקאנט אלץ א גאר שטייפער רעפארטער, וואס פארשוינט נישט קיינעם ווען ס’קומט צו פרעגן שווערע פראגעס, פילע פון די טראמפ לאגער שרייען אז ער איז א ליבעראלער רעפארטער, צוליב דעם וואס ער שטעלט בייסיגע פראגעס פון די אדמיניסטראציע, אבער ווי היסטאריע ווייזט איז ער געווען שטייף אויך אין די ‘אבאמא’ יארן, און דאן האבן אים די אבאמא באאמטע אויך פיינט געהאט, און געזוכט צו באזייטיגן וואו זיי האבן נאר געקענט.
לעצטע וואך ווען ‘אקאסטע’ איז געווען מיט פרעזידענט טראמפ ביי א קאמפיין ראלי אין דרום קאראליינע, האט אקאסטע אויפגעטרעטן לעבעדיג אויף די סי ען ען מידיע, און האט איבערגעגעבן א לעבעדיגער באריכט פון די זאל וואו די ראלי איז פארגעקומען.
דאס אלעס איז געווען נאך בעפאר טראמפ איז אריינגעקומען אין זאל, און זיינע שטיצער זענען געווען הייס צעלאזט, ערווארטנדיג זייער העלד צו ערשיינען.
זעענדיג אקאסטע אויף דער מידיע פלאטפארמע, האט איינער אויפגעהויבן א טאוול וואס אויף דעם איז געשטאנען געמיינע ווערטער קעגן סי ען ען.
עטליכע וואס זענען געשטאנען נישט ווייט פון די מידיע פלאטפארמע האבן זיך גענומען שרייען אין ריכטונג פון דעם סי ען ען רעפארטער ‘סי ען ען איז פאלשע נייעס’, צוביסלעך האבן זיך די טענער געהויבן, און ביז עטליכע סעקונדעס האט די גאנצע זאל געקלינגען מיט אזוינע סלאגאנען ווי ‘גיי אהיים דזשים, גיי אהיים דזשים’, און ‘סי ען ען איז פאלשע נייעס, סי ען ען איז פאלשע נייעס’.
אין צענטער פון די געשרייען האט זיך דזשים אויסגעדרייט צו די שרייער אונטער אים, און פראבירט זיך צוצוהערן וואס איינער האט דארט צו שרייען.
ער האט געפרעגט הויך ‘וואס זאגסטו?’ און יענער שרייט צוריק אויף די העכסטע טענער ‘דערצייל די אמת’, אויף וואס אקאסטע שרייט צוריק, ‘איך וועל’, און ווייזט דערביי א טאמס אפ (די דיקע פינגער אויף ארויף).
דערנאך האט ער זיך ווידער אויסגעדרייט צו די פארזאמלטע און זיי געלאזט וויסן אז ער בלייבט דא, ‘גיי אהיים דזשים’, ‘איך בלייבט דא’, איז געווען זיין אנטווארט צו די אויפגערעגטע מאסן.
שפעטער זענען צו אקאסטע צוגעקומען עטליכע מענער און אויסגעדרוקט שטיצע פאר אים און גענומען סעלפי בילדער.
ווי אויך האט אן עלטערער מאן זיך צוגעשארט צו אקאסטע און געזאגט ‘איך בין נישט איינשטימיג מיט אלעס וואס דו זאגסט, אבער איך גלייב אז דו האסט די זעלבע רעכט ווי אנדערע דא צו זיין, איך בעט אייך איבער אין נאמען פון די איינוואוינער פון דרום קאראליינע’.
פאריגע וואך דאנערשטאג, ווען פרעזידענט טראמפ האט געהאלטן א רעדע אין די ווייסע הויז, וואו ער האט פארדאמט די שרעקליכע שיסעריי אויף א צייטונגס הויפטקווארטיר, פון וואס פינף רעפארטער זענען אומגעקומען, דערנאך וואס דער פרעזידענט האט אנגעהויבן צו פארלאזן דער צימער האט אקאסטע אינגאנצן אונטן פון צימער זיך גענומען שרייען א בייסיגע פראגע צו דעם אמעריקאנער פירער, ‘מר פרעזידענט ווען וועסטו אויפהערן צו רופן די פרעסע די פיינט פון די מענטשן?’
טראמפ האט נישט רעאגירט אויף זיין פראגע, ער האט ווארשיינליך אפילו נישט געהערט די פראגע וואס אקאסטע האט אים געשטעלט, צוליב דעם וואס די זאל האט נאך דאן אפלאדירט דעם פרעזידענט’ס רעדע.
ווי אויך ביי נאך פילע געלעגנהייטן ווען אקאסטע שטעלט זיך ארויס אויף די פראנט צו פרעגן פראגעס וואס גראבן אריין טיף אין די קישקעס.
אויף די פראגע פון אקאסטע פארוואס ער טוט דאס האט ער געגעבן צו פארשטיין, אז דער פרעזידענט רעדט אין רוב פעלער צו ‘פאקס נייעס אגענטור’, וואס איז לויט אים א געלעכטער, און זיי שטעלן אים נישט קיין איין שווערע פראגע וואס דארף געפרעגט ווערן.
אקאסטע זאגט אז גארנישט וועט אים נישט אפשטעלן פון צו פרעגן די פראגעס וואס מ’דארף פרעגן, און ער וועט זיך נישט שרעקן פון דעם פרעזידענט’ס שטיצער וואס רייסן אים אונטער.
‘פאקס נייעס אגענטור’ פארפאסט נישט קיין איין געלעגנהייט ארונטערצורייסן אקאסטע פאר זיינע הארבע פראגעס, און פאר די חוצפה וואס ער האט צו שטעלן שארפע פראגעס, זיי רופן צו די ווייסע הויז אים ארויסצו-ווארפן פון די פרעסע צימער און אים מער נישט אריינלאזן דארט.
אויף די פראגע צו אקאסטע איז איינזייטיג, ווען מ’בליקט אויף זיין היסטאריע זעט נישט אויס אזוי, אבער אין די יעצטיגע טעג ווען דער פרעזידענט שרייבט זאכן וואס קיין איין פרעזידענט האט נאכנישט געשריבן בעפאר, און ער זאגט זאכן וואס קיין איין פרעזידענט בעפאר אים האט נאכנישט געזאגט, און טוט זאכן וואס קיין איין פרעזידענט האט נאכנישט געטון, זענען ווי פארשטענדליך דא פיל מער פראגעס ווי ביי אנדערע אדמיניסטראציעס.
דאס איז קלאר ווי די טאג, וואס מיט דעם זענען ביידע – סיי די טראמפ שטיצער און סיי די טראמפ קעגנער – אייניג, אז היינטיגע צייטן איז אמעריקע פיל אנדערש ווי די פריערדיגע יארן, אויב אזוי זענען דא פיל מער הארבערע פראגעס וואס די גרויסע אויף ‘פאקס נייעס אגענטור’ האלטן נישט ביים פרעגן פון דעם פרעזידענט, און די גאר לינקע נייעס אגענטור msnbc האט נישט די באגלייבטקייט צו פרעגן אזוינע פראגעס פון א רעפאבליקאנער אדמיניסטראציע, בלייבט בלויז איבער די סי ען ען נייעס אגענטור, צו שטעלן די ציפעדיגע פראגעס.
דאס איז קלאר אז סי ען ען הייסט היינט די מערסט צענטערדיגע קעיבל נייעס אגענטור אין אמעריקע, די רעכטע שרייען טאקע אז זיי זענען לינק, און אסאך פון די לינקע שרייען אז זיי זענען מער רעכט, אבער אויף דעם גיבט יעדער זייער צושטימונג אז זיי זענען די מערסטע אינדערמיט פון די ספעקטרום.
טאקע צוליב דעם האבן זיי די ווייניגסטע צוהערער פון די דריי גרויסע קעיבל נייעס אגענטורן אין אמעריקע, ווייל זיי האבן נישט קיין באזע מיט זיך, ס’איז נישט דא אזא זאך ווי א באזע פון צענטראלע מענטשן, אדער אומאפהענגיגע מענטשן, פון די אנדערע איז דא ‘פאקס נייעס אגענטור’ וואס איז שטארק רעכט גענויגט.
אין פאקס איז אויך דא עטליכע גאר נייטראלע געלונגענע רעפארטער וואס מ’קען זיי אנרופן אלץ איינע פון די בעסטע אין לאנד, ווי ‘קריס וואלעס’ (א איד), ‘ברעד בער’, ‘שעפערט סמיט’, און מיט עטליכע טעג צוריק איז געשטארבן דער לעגענדארער קאנסערוואטיווער קאמענטירער ‘טשארלס קראסהאמער’ (א איד), וואס איז געווען איינער פון די אויפריכטיגסטע מענטשן אין די מידיע וועלט.
אבער אין די זעלבע צייט האבן זיי דארט אזוינע לייט ווי ‘שאן העננעטי’, וואס איז א שטארקער טראמפ שטיצער און ער מאכט נישט קיין סוד דערפון, ווי אויך האבן זיי דארט איינער מיטן נאמען ‘לו דאבס’, א מאן וואס זיצט אין פרעדיגט בלינדע פארגלייבטקייט אין אלעס וואס טראמפ שטעלט פאר, און שיינט נישט צו זיין קיין צו גרויסער חכם. די נייעס אגענטור טראגט די פאן פון די רעכטע זייט אין לאנד, און זיי האבן א פעסטע באזע פון אלע רעכטע לייט אין לאנד.
דערנאך איז דא msnbc אן עקסטרעם לינקע נייעס אגענטור, וואס שפארט נישט קיין צייט און ווערטער קעגן די רעפאבליקאנער און רעכטע אין לאנד, אויך זיי האבן זייער פעסטע באזע פון די לינקע לאגער, אבער צוליב דעם וואס די לינקע האבן פיל מידיע נעצן אין לאנד איז msnbc נישט אזא שטארקע באזע ווי פאקס, כאטש וואס געוויסע קאמאנטירער דארט האבן אין פילע צייטן מער צוהערער ווי פאקס נייעס אגענטור, ווי די מיינונגס זאגערן ‘רעטשל מעדיא’, א גאר געמיינע לינקע פרוי מיט א גאר עקסטרעם ליבעראלער געדאנקענגאנג.
די שרייבסט די אלע ליגענטס וואס cnn אין אקאסטע רעדען צזאם אויף טראמפ מען קען זען אז די ביסט אינגאנצען בייעס
You mean unlike the other writers who are blind trump supporters?
גראדע מאכט ר’ מענדל אונגאר א גוטע ארבעט און ברענגט א שיינע אנאליז, נישט אז איך נעם א זייט, אבער אפשר אנשטאט זאגן און פארפירן אז ער זאגט ליגנט, ענטפער אים מיט פאקטן.
איך האב געקוקט איטערוואס פין cnn אין אקאסטע פין די 8 יאר פין אבאמע איך געזען נאר ווייכע קשות אין זיי האבן קיינמאל נישט גערעדט פין זייער סקאנדלען אזוי פעסט ען פיריסט irs בען גאזי
לאמיר דיר פרעגן אזוי, אבאמא איז געווען דראדיציאנאלער פרעזידענט, גארנישט אנדערש פריער, סאו איז נישט געווען אזוי פיל פראגע’ס וואס ס’איז דא היינט, טאקע ווייל דעם וואס פרעזידענט טראמפ יר”ה איז א פרישער סטייל פרעזידענט
אגב, איך האב געשריבן אז סי ען ען איז די מערסטע סענטער, נישט געשריבן צו זיי זענען מער רעכט אדער לינק’ס
אויך האב איך געשריבן דעם ארטיקל אויף א גענצליך נייטראלער בליק אזוי וואו דו קענסט זען פון די ארטיקל
הצלחה
פאר דער וואס רייסט מיר ארונטער אלץ איינזאטיג
צום אלעם ערשט שכח פארן ליינען מיינע ארטיקלן.
איז אזו, פרעזידענט אבאמא איז געווען א דראדיציאנאלער פרעזידענט, פינקט די זעלבע פון די פריעדיגע, געמאכט צערעמאניע’ס, געדרייט מיט די פאקטן, און אזוי ווייטער
אבער פרעזידענט טראמפ יר”ה, איז נישט דער דראדיציאנאלער פרעזידענט, ער האט זיך זיין אייגענע’ם גאנג, א נייער פירערשאפט וואס איז פריש אין אמעריקע, איז טאקע צוליב דעם דא פיל מער פראגע’ס, ער פירט זיך נישט דיפלעמאטיש און האט נישט דעי פאליטישע קארעקטנעס וואס די פריעדיגע פרעזידענטן האבן געהאט
אגב, איך האב בלויז געשריבן אז ”סי ען ען” איז די מערסטע צענטער, איך האב נישט געשריבן צו זיי זענען מער אויף די לינקע זייט אדער אויף די רעכטע זייט, למעשה זענען זיין מער צענטעריש סיי פון פאקס און סיי פון msnbc
הצלחה
מענדל אונגער