טשיקאווע נייעס

מאקרון: “א שמועס מיט טראמפ איז אזויווי א ווארשטל”…

דורכאויס א פרעסע קאנפערענץ האט מען אנגעפרעגט דעם פראנצוזישן פרעזידענט מאקרון, איבער זיין שארפע טעלעפאנישע געשפרעך מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט דאנאלד טראמפ, וואס סי. ען. ען. האט באצייכנט אלס “שרעקליך”.

די שמועס צווישן די צוויי פירער איז געווען פארגאנגענע וואך, איבער די גרויסע שטייערן וואס טראמפ האט ארויפגעלייגט אויף פראדאקטן פון שטאל און אלומיניאם וועלכע קומען אריין פון אייראפעאישע לענדער. ביי יענע געשפרעך האבן זיך די צוויי אויסגעטוישט גאר שארפע ווערטער, ווען מארקון האט געסטראשעט טראמפ אז די אייראפעאישע פאראיין פלאנירט גרויסע שטייערן אויף אמעריקאנע פראדוקטן.

פרעזידענט מאקרון האט נישט געהאלטן ביים זאגן קיין דעטאלן איבער די שארפע געשפרעך, און האט רעאגירט גאר אינטערעסאנט: “ביסמארק פלעגט צו זאגן, אויב מיר וועלן דערציילן פאר מענטשן וויאזוי מען פראדוצירט וואורשטלעך (פרענקפוטער’ס), וועט מען דאס באשיינפערליך אויפהערן צו עסן… איך גלייך אז מענטשן זעען די פארטיגע מאלצייט, אבער עס איז נישט זיכער אויב דאס מיטהאלטן ווען מ’מאכט עס וועט העלפן צו סערווירן אדער עסן דעם מאלצייט”…

ווי א ווארטזאגער פון די פראנצויזן האבן געזאגט, האט מאקרון איינגעמאלדן פאר טראמפ אז די אלע שטייערן וואס ער שטעלט ארויף זענען נישט לעגאל,  און פון די ווייסע הויז קוועלער האט מען געהערט אז די געשפרעך האט זיך געהאנדלט איבער “האנדל און אימיגראציע”, נישט אנגעבנדיג מער דעטאלן.

דאס איז נאכאמאל וואס מאקרון האט ארויסגעוויזן זיין שטייפקייט נישט ארויסצוגעבן קיין שום אינערליכע אינפארמאציע פון וואס עס טוט זיך אינעווייניג אין די רעגירונג קארידארן, אנדערש ווי זיין פארגייער פראנסוואה האלאנד, וואס האט געטיילט ציטאטן אויף רעכטס און לינקס פאר ווער עס האט נאר אנגעפרעגט.

מאקרון האט אויך צוגעלייגט אז ער וועט נאכאמאל רעדן מיט טראמפ איבער די טעמעס וואס זיי האבן היציג דיסקוטירט אויפן טעלעפאן, ביים G7  סאמיט וואס וועט פארקומען סוף וואך אין קאנאדע.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.