טשיקאווע נייעס לאקאל און נאציאנאל

ווערמאנט: קומט דא וואוינען, באקומט צען אלפים!

ווי עס שיינט, זענען די אויטאריטעטן אין די אמעריקאנער שטאַט ווערמאנט אביסל דערשראקן, אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג און דאס ארט וועט אנהייבן צו פוסטעווען, וויבאלד זייער א גרויסער פראצענט פון זייערע בירגער זענען עלטערע לייט, און עס ציען זיך נישט אריבער צופיל יונגע מענטשן אין דעם פארשלאפענעם סטעיט.

כדי אויפצולעבן אביסל דעם מצב, האבן די אויטאריטעטן פון ווערמאנט פראקלאמירט אז זיי גייען טיילן א מתנה פון צען טויזענט דאלער פאר יעדער יונגער מענטש וואס קומט זיך אריבערציען קיין ווערמאנט, אפעלירנדיג איבערהויפט פאר אזעלכע וואס האבן ארבעט וועלכע קען געטון ווערן פון סיי ווי איבער די וועלט, א שטייגער ווי די וואס פארקויפן פראדוקטן אויפן געוועב און דאס גלייכן.

די צען אלפים וועט מען באקומען איינגעטיילט אין באזונדערע צאלונגען דורכאויס א צייט אפשניט פון צוויי יאר.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.