ניו יארק – א פארפאלק זענען געווארן מיליאנערן, בלויז ווייל זיי האבן געזוכט צו “קראכן א הונדערטער”. דער פארפאלק וואוינט אין דער בראנקס, און זיי זענען אריין אין א קליינע ליקער געשעפט, האבנדיג א הונדערטער באנקנאט און זוכנדיג צו באקומען קלענערס דערפאר. צו האבן אן אויסרייד צו באקומען רעשט, האבן זיי געקויפט א צוואנציג דאלערדיגן “מיליאן פארטשון” לאטערי טיקעט, אבער האבן זיך קיין סאך נישט געקימערט. שפעטער האבן זיי אפגעקראכט דעם טיקעט, און צו זייער שטוינונג און אומגעהויערע איבערראשונג, האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געווינען די אסטראנאמישע סומע פון פינף מיליאן דאלער! זיי פלאנירן צו נוצן דאס געלט צו העלפן פאמיליע מיטגלידער, און צו עפענען א בייק געשעפט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.