אידישע נייעס

בעלגישער פאליציי–הויפט איז אנטיסעמיט

בריסל – א הויכראנגיקער פאליציי אפיציר אין בעלגיע, איז טראנספערירט געווארן פון זיין הויכן אמט, אמווייניגסטנס אויף די עטליכע וואכן וואס ס’וועט דויערן פאר זיינע אויבערהארן דורכצופירן אן אנטיסעמיטיזם אויספארשונג אויף אים. די רעדע איז פון בריסל פאליציי קאמישאנער גירט ווערהאיען, וואס עטליכע פאליציי אפיצירן זענען ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט און זיך באקלאגט, אז אין די לעצטע יארן האט ווערהאיען געשריגן ביי עטליכע פעלער ווילדע העסליכע לאזונגען און מאנאלאגן קעגן מינאריטעטן, אויסלענדישע און קעגן אידן. איין פאליציי אפיציר, וועלכער איז אן אידישער אפשטאמיגער, זאגט אז ווערהאיען האט אים אריינגערופן אין זיין אפיס אין יאר 15′, און אים געזאגט אז ער האלט נישט אז דער האלאקאוסט האט ווירקליך פאסירט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.