די חרדישע וועלט, און דארונטער פאמיליע און פריינט, טוען שטארק באוויינען די פטירה פון הרה”ג ר’ משה יודא לייב ליבערמאן ז”ל, וועלכע האט צוריקגעגעבן זיין נשמה נאכן זיך ראנגלען מיט די ביטערע מחלה פאר א יאר, און איז ליידער אוועק אין עלטער פון 45 יאר.
ר’ משה לייב שטאמט פון די בעסערמינער דינאסטיע, ער איז א זון פון הרה”צ ר’ יחיאל מיכל ליבערמאן מ’בעסערמין. זייענדיג א טאהשע תלמיד, איז ער געווען אדוק ומקושר צו הרה”ק מ’טאהש זצ”ל, האט ער אויפגעשטעלט זיין פאמיליע אין קרית טאהש, חתונה האבנדיג צו זיין חשובע אשת חיל, א טאכטער פון הרב החסיד ר’ אהרן אייזיק קרויס הי”ו.
ר’ משה לייב איז געווען איין שטיק חסד, און געאטעמט צו העלפן אנגערע אידן. ער האט אויפגעשטעלט א חסד ארגענעזאציע וואס זאל העלפן חולי ישראל פארן און צוריקקומען פון שפיטעלער, פאר בחנם, א זאך וואס האט איינגעשפארט שווערע טויזענטער דאלער פאר צובראכענע פאמיליעס.
דער נפטר איז געווען א געוואלדיגער תלמיד חכם און ירא שמים, א משפיע און בקי נפלא און ספרי חסידות און רעכט חסידישער יונגערמאן, חסיד ועניו דבוק במשנת צדיקים מיט א געוואלדיגע אמונה פשוטה.
ר’ משה לייב איז געווען א געלונגענע מענטש, אנגעפולט מיט טאלאנט, גלייכצייטיג איז ער געווען אן איש האשכולות, אן עט סופר מהיר, און האט באזיצן א גאר רייכע שריפט, זייענדיג באקאנט אלס א גאר געלונגענער שריפטשטעלער, א ברייטער און פארשטענדליכער מענטש ונהנים ממנו עצה ותשוי’.
ער האט אויפגעשטעלט א הערליכע דור, און איבערגעלאזט 8 קינדער, 4 וואס זענען פארהייראט, און 4 יתומים וואס זענען נאך אין שטוב.
בשורות טובות.