געזונטהייט

עבאלע וואקסין גענוצט אין קאנגא

קאנגא – די אויטאריטעטן אינעם אפריקאנער לאנד קאנגא, האבן אנגעהויבן נעכטן נוצן א ספעציעלע נייע וואקסין, וואס פארשפרעכט צו באשיצן וואקסינירטע פונעם עבאלע וויירוס, נאכדעם וואס דער טויטליכער וויירוס האט אנגעהויבן א פרישע פארשפרייטונג אין לאנד. די צאל טויטפעלער פון די פרישע פארשפרייטונג, איז נעכטן געשטיגן צו 27, און די יו-ען וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע זאגט אז דער וואקסין האט זי געהאלפן אנטוויקלען אין די לעצטערע מאנאטן, אינאיינעם מיט אנדערע גלאבאלע געזונטהייט ארגאניזאציעס, אריינגערעכנט אמעריקע’ס “דעזיז קאנטראל צענטער”, און טראץ וואס ס’איז דערווייל בלויז אן עקספערימענטאלע וואקסין, זאגן זיי אז דאס לוינט זיך צו פרובירן, ווייל אויב ארבעט זיך עס אויס, וועט עס ראטעווען מיליאנען לעבנס אין אפריקע פאר לאנגע יארן.

 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.