וואשינגטאן – דער סענאט יורידישע קאמיטע האט נעכטן ארויסגעגעבן טראנסקריפטס, פון פארהערן וואס זי האט דורכגעפירט אויף דאנאלד טראמפ דזשוניער, פרעזידענט טראמפ’ס זוהן, איבער זיין זיצונג וואס ער האט געהאט מיט א רוסישן לויער אין יוני יאר 16′ אין טראמפ טאוער, נאכ’ן הערן אז דער לויער האט צו פארקויפן שמוץ קעגן פרוי קלינטאן, וואס די שמוץ איז טייל פון רוסלאנד’ס הילף פאר זיין פאטער’ס קאמפיין. צווישן די זאכן וואס מען זעט אינעם טראנסקריפט, איז דער פאקט אז טראמפ דזשוניער האט בכלל נישט געשפירט “אלארמירט” איבער’ן פאקט אז רוסלאנד וויל העלפן זיין פאטער’ס קאמפיין, געבנדיג אן אויסרייד אז “אפשר בין איך בכלל נישט געווען גענוג קאנצענטרירט”. אויסער דעם זעט מען אז אויף 54 פראגעס פונעם סענאט קאמיטע, האט דזשוניער געענטפערט אז ער ווייסט נישט אדער געדענקט נישט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
איין באמערקונג
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.
Thanks for posting all new video clips. Its is appreciate!