טשיקאווע נייעס

בינען עקספערט “געשטאכן” פון גניבה

דזשארדזשיע – א בינען עקספערט, וועלכער האדעוועט טויזנטער בינען אין זיין פארם, זאגט אז גנבים האבן זיך איינגעבראכן אין זיין פראפערטי און גערויבט צענדליגער בינען שטאקן, אינאיינעם מיט טייערע געצייג, וואס אלעס אינאיינעם איז די גניבה געווען אין ווערד פון צוואנציג טויזנט דאלער. די גניבה האט פאסירט אינעם בינען פארם פון דאנעלד קוטשענמייסטער, וועלכער זאגט ציניש פאר לאקאלע מידיא, אז ער איז שוין געשטאכן געווארן דורך בינען צענדליגער מאל אין זיין לעבן, אבער קיינמאל האט ער זיך נאכנישט געשפירט אזוי שטארק “געשטאכן” ווי דורך די גניבה. קוטשענמייסטער לייגט צו מיט ווייטאג: “איך האף אז דער וואס האט גערויבט די בינען, ווערט כאטש גוט צושטאכן און צעבלוטיגט פון די בינען”…

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.