קאלאראדא – א מאן אין קאלאראדא האט דערגרייכט צו א רעקארד, וואס עס זענען ווארשיינליך פארהאן ווייניג מענטשן וועלכע וועלן אפילו פרובירן צו קאנקורירן מיט זיין רעקארד. דער פארשוין דילען מעקוויליאמס איז געביסן געווארן דורך א שארק פיש פארגאנגענעם דאנערשטאג אין האוואאי, און ער האט דאס וואונדערליך איבערגעלעבט, און ביי אן אינטערוויו נאכ’ן אינצידענט, האט ער ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע פיר יאר, איז ער שוין געביסן געווארן דורך א בער, דורך א שלאנג, און יעצט דורך א שארק. דער בער אינצידענט האט פאסירט פאראיאר זומער אין קאלאראדא, ווען א 300 פונטיגער בער האט אינוואדירט זיין געצעלט וואס ער האט אוועקגעשטעלט צו שלאפן אין וואלד פאר א נאכט, און עס האט זיך געפאדערט 9 סטעיפלס אין קאפ צו פאררעכטן זיינע וואונדן. דער שלאנג אינצידענט איז געווען מיט דריי און א האלב יאר צוריק אין יוטא, ווען א שלאנג האט אים געביסן און פאר’סמ’ט. ער האט דאס אבער וואונדערליך איבערגעלעבט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.