וואשינגטאן – די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן פארארדענען אונטערזוכונגען אויף ארום 220 מאטארן פון פארשידענע פליגערס, צו זען צי די מאטארן ליידן פון זשאווער אדער אפגעשוואכטע אייזן. די פארארדענונג קומט נאכדעם וואס די נאציאנאלע טראנספארטאציע זיכערהייט באורד האט געזאגט, אז דער סאוטוועסט עמורדזשענסי לאנדונג מיט’ן עקספלאדירטן מאטאר און איין פאטאליטעט, איז געקומען צוליב פארעלטערטע אייזן, און מען האט טאקע באלד געזען, ווי איינס פון די 24 טיטאניום “בלעידס” פונעם עקספלאדירטן מאטאר איז פארלוירן געגאנגען. באזונדער איז ארויסגעברענגט געווארן אז דער יעצטיגער פאטאליטעט איז דאס ערשטע מאל אין 9 יאר וואס עס איז דא א פאטאליטעט אין אמעריקע’ס אוויאציע אינדוסטריע, נאכדעם וואס דער לעצטער פאל איז געווען אין פעברואר 12 יאר 09′, ווען א קאלגען-עיר פליגער האט געקראכט נעבן באפעלא, ניו יארק, אומברענגענדיג 50 מענטשן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
איינמאל פאר אלעמאל: וואס הייסט חילול השם?
די גרעסטע פליגער הייבט זיך דאס ערשטער מאל
א’ תזריע ע”ט – פארוואס שרייסטו...
עקסידענט מיט טראק וואס דעליווערט ביר,
האדמו”ר ממונקאטש שליט”א ביים ציון פון דער...
גרויס איז קליין און קליין איז גרויס, הר”ר אברהם...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.