וואשינגטאן – א פאליטישער שטורעם האט זיך אנטוויקלט אין וואשינגטאן, ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די טעכנאלאגיע ריז “פעיסבוק” האט צוגעלאזט א פריוואטע אינטערנעט פארשונג פירמע צו האבן צוטריט צו פריוואטע אינפארמאציע פון ארום פופציג טויזנט פון אירע באנוצער. דער שטורעם איז איבער דער “קעמברידזש אנאליטיקע” פירמע, וועלכע דער טראמפ קאמפיין האט גענוצט ארויסצוהעלפן מיט’ן פארשפרייטן קאמפיין פראפאגאנדע אויפן אינטערנעט, און עס שטעלט זיך ארויס פון א געוועזענעם איינגעשטעלטן אין דער פירמע, אז “קעמברידזש אנאליטיקע” האט גענוצט די אינפארמאציע פון די פעיסבוק באנוצער, צו צילן פאלשע נייעס געשיכטעס און פאלשע פראפאגאנדע, דוקא צו אזעלכע באנוצער וועלכע זענען אידענטיפיצירט געווארן אין האבן שוואכקייטן צו גלייבן זאכן גרינגערהייט. די פראגעס זענען אצינד צו פעיסבוק, צי זיי האבן פארלעצט באנוצער פריוואטקייט רעכטן, מיט’ן ערלויבן די פירמע צו האבן אזויפיל צוטריט צו באנוצער אינפארמאציע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.