סרי לאנקא – די רעגירונג אינעם לאנד סרי לאנקא האבן נעכטן געמאלדן, אז דער “סטעיט אוו עמורדזשענסי”, וועלכע איז ארויסגעשטעלט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק איבער’ן לאנד, צוליב רעליגיעזע ראיאטן, קען אראפגענומען ווערן, נאכדעם וואס די ראיאטן האבן זיך שוין בארואיגט. די ראיאטן האבן אויסגעבראכן נאכדעם וואס א גרופע מוסולמענער פארשוינען זענען באשולדיגט געווארן אין אומברענגען א בודהיסטישן גלויביגן אין א דערנעבנדיגן שטעטל דיגאנא. בודהיסטישע גלויביגע האבן דאן רעאגירט זייער ווילד, אונטערצינדנדיג פייערן אויף מוסולמענער געשעפטן, פון וועלכע אמווייניגסטנס איין מוסולמענער איז אומגעקומען. דאן האבן אויסגעבראכן קעגנזייטיגע געשלעגן, און ביידע זייטן איגנארירן די פאליצייאישע פארארדענונגען, ברענגענדיג צו דער “סטעיט אוו עמורדזשענסי” דעקלעראציע. אבער אצינד איז שוין די סיטואציע בארואיגט.