וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט, אז די צאל אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אמעריקע זענען שטארק געשטיגן אין יאר 17′. דער באריכט צייגט אז אלעס אינאיינעם זענען געווען 1,986 אנטיסעמיטישע אקטן לענגאויס אמעריקע אין לויף פונעם יאר, וואס איז מער ווי טאפלט ווי דער סך–הכל אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס האבן פאסירט אין יאר 15′, וואס דאן זענען געווען בלויז 942 אינצידענטן – און אויך איז עס א 57 פראצענט העכערונג פון די 1,267 אינצידענטן וואס האבן פאסירט אין יאר 16′. צווישן די 1,986 אינצידענטן, זענען געווען מער ווי 160 באמבע סטראשונקעס וועלכע זענען געשיקט געווארן צו אידישע קאמיוניטי צענטערן און אנדערע אידישע קערפערשאפטן אין לויף פון די ערשטע מאנאטן פון יאר 17′. די ארגאניזאציע וועלכע האט צוזאמגעשטעלט דעם באריכט זאגט אבער, אז עס איז שטארק מעגליך אז דער ציפער איז העכער ווי אלע ביז-יעצטיגע יארן, פשוט ווייל מער מענטשן באריכטן די סארט אינצידענטן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.