קיעוו – צום ערשטן מאל אין אוקראינע’ס היסטאריע, ווערן די ארטיגע הייזער און געביידעס אנגעווארימט דורך קוילן וואס קומט פון די ווייטע פאראייניגטע שטאטן. די רעאליטעט איז צושטאנד געקומען א דאנק דעם וואס די אוקראינישע רעגירונג האט באוויזן אנצוקניפן גאר פריינטליכע באציאונגען מיט דער טראמפ אדמיניסטראציע, אריינגערעכנט א ווארימער באזוך פונעם אוקראינישן פירער פעטרא פאראשענקא פאראיאר זומער אין ווייסן הויז. אוקראינישע רעגירונג באאמטע וועלכע זענען באקאנט מיט די דעטאלן, זאגן אז סיי די טראמפ אדמיניסטראציע און סיי אוקראינע, בענעפיטירן פונעם קוילן-פארקויף אפמאך, וויבאלד טראמפ האט פארשפראכן פאר דער אמעריקאנער קוילן-גראבונג אינדוסטריע זיי צו ברענגען פרישע עקאנאמישע מעגליכקייטן, און אוקראינע האט א מאנגל אין קוילן, און דעריבער איז געשלאסן געווארן א דיעל שוין מיט עטליכע מאנאטן צוריק, אז אמעריקאנער קוילן פירמעס וועלן צושטעלן קוילן פאר אוקראינע – אין דער צייט וואס אין אמעריקע איז שוין קוילן כמעט מער נישט אין באנוץ.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.