וואשינגטאן – צוויי רעפובליקאנער סענאטארן זענען ארויסגעקומען מיט א פרישן דאקומענט, אין וועלכע זיי רופן אויסצופארשן אבאמא’ס געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבערין סוזען רייס, איבער א מאדנעם אימעיל וואס זי האט געשיקט צו זיך אליינס אינעם טאג פון דאנעלד טראמפ’ס איינשווערונג.
אינעם אימעיל שרייבט רייס צו זיך אליינס דעטאלן פון א זיצונג וואס אבאמא האט געהאט מיט’ן געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי און דעמאלטדיגער דעפיוטי אטוירני דזשענעראל סעלי יעיטס, אום יאנואר 5, דאס הייסט 2 וואכן בעפאר’ן טראמפ איינשווערונג, ביי וועלכע מען האט דיסקוסירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, און אבאמא האט געזאגט אז ער וויל זיכער מאכן אז די אויספארשונג ווערט דורכגעפירט אויף א לעגאלן פארנעם. די 2 רעפובליקאנער סענאטארן לינדזי גרעהעם און טשאק גרעסלי זאגן, אז דער אימעיל איז מאדנע און זיי פארלאנגען אן אויספארשונג.