וואשינגטאן – דער אדמיניסטראטאר פון דער פעדעראלער רעילראוד אדמיניסטראציע האט רעזיגנירט פון אמט, נאכדעם וואס ס’איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט געהאט אן אנדערע דזשאב אין דער זעלבער צייט. היעט האלל איז געווארן געשטעלט דורך טראמפ אויף דער פאזיציע מיט אפאר חדשים צוריק, אבער ער איז סייווי שוין געווען אויף א לאנגע צייט אוועק פון זיין אמט, צוליב א פאמיליע אישו.
יעצט האט ער רעזיגנירט נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן, אז ער האט ווייטער אנגעהאלטן א קאנסאלטינג דזשאב אין מיסיסיפי, אין דער צייט וואס ער האט געדינט אלס אדמיניסטראטאר פון דער פעדעראלער רעילראוד אגענטור. זיין רעזיגנאציע קומט אין א צייט וואס מען האט געזען עטליכע ערנסטע באן קראך אינצידענטן, וואס עס פעלט זיך וויכטיג אויס א סטאבילע פירערשאפט אינערהאלב די פעדעראלע רעילראוד אגענטור, צו קאארדינירן נייע פאליסיס און פארשריפטן, מיט’ן ציל צו פארמיידן פרישע אינצידענטן.
קרעדיט: דער איד