מעקסיקא סיטי – אין גאר איבערראשנדע קאמענטארן, האט א הויכראנגיקער באאמטער אינערהאלב דער מעקסיקאנער רעגירונג געזאגט, אז די באציאונגען צווישן מעקסיקא און די פאראייניגטע שטאטן איז פיל בעסער יעצט, אונטער פרעזידענט טראמפ, ווי ס’איז געווען אונטער אבאמא און אנדערע פריערדיגע אדמיניסטראציעס.
די קאמענטארן האט מען געהערט פונעם מעקסיקאנער אויסערן מיניסטער, לואיס ווידעגארעי, וועלכער האט אויפגעטרעטן ביי א פרעסע קאנפערענץ מיט סעקרעטערי אוו סטעיט טילערסאן און קאנאדע’ס אויסערן מיניסטארשע, און ווידעגארעי האט דערביי געזאגט אז מעקסיקא האט גאר גוטע צוזאמארבעט און פארשטענדעניש מיט טראמפ.
ווידעגארעי’ס קאמענטארן זענען אויפגענומען געווארן מיט פאזיטיווע סורפרייז רעאקציעס אין אמעריקע, וויבאלד דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט אין די לעצטע 3 יאר נאכאנאנד אראפגעריסן מעקסיקא, אריינגערעכנט מיט זיינע נאכאנאנדיגע פארלאנגען אז זיי זאלן באצאלן פאר דער גרעניץ וואנט.