טשיקאווע נייעס

מר. ראבאט, מאך מיר א קאווע

טאקיא – א נייע רעסטוראן האט זיך געעפנט אין יאפאן, וואו קאסטומערס קענען אריינקומען און בעטן זייער קאווע, וואס ווערט סערווירט צו זיי דורך א ראבאט. דער נאמען פונעם רעסטוראן איז “מאדנע רעסטוראן”, און דער ראבאט שטייט ביים טיר און באגריסט קאסטומערס און בעט די דעטאלן פון זייער באשטעלונג, אנשטעלנדיג א קאמפיוטעריזירטן שמייכל אויפן סקרין וועלכע דינט אלס “געזיכט” פונעם ראבאט.

די קאסטומערס קענען דאן מיטהאלטן וויאזוי דער איין-האנטיגער ראבאט צעמאלט די קאווע בונדלעך, קאכט אויף דאס וואסער, און מישט צוזאם אלע באשטאנדטיילן, און ווען עס איז פארטיג, שטרעקט עס אויס די האנט און סערווירט די קאווע גלייך אין האנט פונעם קאסטומער.

די “עיטש-איי-עס” פירמע וועלכע האט ערפונדן דעם ראבאט זאגט, אז זי פלאנירט אין די קומענדיגע מאנאטן און יארן איינצושטעלן נאך אזעלכע קאווע-קעלנער ראבאטן אין רעסטוראנען איבער דער וועלט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.