אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

רוסלאנד וויל נישט קיין יו-ען איראן שריט

טעהראן – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן זיך ארויסגעשטעלט קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, זאגנדיג אז עס פעלט זיך בכלל נישט אויס אונטערצונעמען נייע שריט קעגן איראן. די טראמפ אדמיניסטראציע פרובירט אין די יעצטיגע טעג אויפצוטרייבן שטיצע ביי וועלט’ס לענדער, אז מען זאל אונטערנעמען פרישע סאנקציעס און שטראפן קעגן איראן, פאר אירע באליסטישע מיסיל אקטיוויטעטן, און סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן פארט ארום אין אייראפע, צו פרובירן באקומען שטיצע פונעם אייראפעאישן יוניאן פאר נייע סאנקציעס. אינעם יו-ען פארארבעט די טראמפ אדמיניסטראציע כוחות, אז מען זאל אויפברענגען פאר אן אפשטימונג פרישע סאנקציעס קעגן איראן, אבער רוסלאנד, וועלכע פארמאגט וועטא מאכט אינעם יו-ען זיכערהייט קאונסיל, האט געזאגט אז זי זעט נישט קיין שום סיבה פארוואס די יו-ען זאל נעמען שריט קעגן איראן, ווייל איראן פאלגט אויס הונדערט פראצענטיג דעם נוקלעארן דיעל פון יאר 15′.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.