ביזנעס און פינאנץ

דראונס און ריעל עסטעיט

ניו יארק – אן אינטערעסאנטער ארטיקל אין “פארבס” הייבט ארויס פארשידענע טעכנאלאגישע פארשריט, וואס וועלן שטארק צונוצקומען פאר ריעל עסטעיט סוחרים. די סוחרים, וועלכע באווייזן טאקע איינצוגלידערן די טעכנאלאגיעס אין זייער ארבעט, וועלן זיך דורך דעם שטארק פאראויסרוקן אינעם מארקעט. דער פארבס ארטיקל הייבט ארויס דראון טעכנאלאגיע אלס א קריטיש-וויכטיגע זאך וואס ריעל עסטעיט סוחרים וועלן זיך דארפן אויסלערנען צו נוצן, און זיי שרייבן אז דאס קומט אין א צייט וואס 90 פראצענט מענטשן וועלכע ווילן קויפן א הויז וועלן זיך באנוצן מיט’ן אינטערנעט אנצוהייבן זייערע זוכענישן פאר א הויז.

צו מאכן א גוטן איינדרוק אין ריעל עסטעיט דורכ’ן אינטערנעט, פעלט זיך אויס צו האבן שיינע און דראמאטישע בילדער פונעם הויז וואס מ’וויל פארקויפן, און די קליינע קאמערע-דראונס, וועלכע יעדער קען שוין היינט קויפן פאר עטליכע הונדערט דאלער אין סיי וועלכן עלעקטראניקס געשעפט, זענען ספעציעל אויסגעשטאט צו קענען כאפן דראמאטישע גרויסע בילדער פון גאנצע הייזער אויפאמאל, פון דער לופטן און אנדערע ענליכע פאנאראמע-בילדער, וואס קען נישט געכאפט ווערן מיט קיין פשוט’ע קאמערעס.

 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.