וואשינגטאן – דער סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעיא האט זיך אראפגעזעצט פאר א לענגערן אינטערוויו מיט דער בריטישער “בי-בי-סי” נייעס אגענטור, און צווישן אנדערן האט ער געזאגט אז די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן דערווארטן הונדערט פראצענטיג אז די רוסישע רעגירונג וועט פרובירן באאיינפלוסן די רעזולטאטן פון וויכטיגע פארמעסטן וועלכע וועלן פארקומען אין נאוועמבער היי יאר, ביי די מידטוירם וואלן, וואו עס וועט דעצידירט ווערן וועלכע פארטיי וועט קאנטראלירן דעם סענאט און קאנגרעס אין די קומענדיגע פאר יאר.
פאמפעיא זאגט אז די סי-איי-עי האלט מיט אקטיווע שריט פון רוסלאנד צו פיטערן מיסאינפארמאציע און אין דער זעלבער צייט צו רויבן האקעלע אמעריקאנער אינפארמאציע – אבער פאמפעיא זאגט אז ער גלייבט נאך אלץ אז די וואלן אין אמעריקע זענען יושר’דיג און דעמאקראטיש.