מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן רעאגירט מיט א שארפן אויפברויז, נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פובליצירט א ליסטע פון אלע רוסישע רייכע אליגארכן וועלכע זענען נאענט מיט פוטין, זאגנדיג אז דאס פובליצירן די ליסטע, איז א “פיינטליכע אקט” און רוסלאנד וועט דערויף נקמה נעמען.
די טראמפ אדמיניסטראציע האט פובליצירט די ליסטע אלס סימבאלישע שטראף פאר דער רוסישער רעגירונג, איבער דעם וואס זיי האבן געטון פארשידענע שריט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן – אבער אין דער זעלבער צייט האט די אדמיניסטראציע באשלאסן נישט ארויפצושטעלן קיין נייע סאנקציעס אויף רוסלאנד, טראץ וואס קאנגרעס און סענאט האבן אומפארטייאיש געשטימט יא ארויפצושטעלן נייע סאנקציעס.