פרעגט עמיצן: איר וואלט אפשר פארשעמט א איד?
פארשעמען א איד? קיינמאל נישט! חלילה, ווי קען מען פארשעמען א איד? עס איז דאך “כל המלבין פני חבירו ברבים כאילו שופך דמים” דער איד וועט זאגן קלאר “איך וואלט קיינמאל נישט פארשעמט א איד, אז מען פארשעמט איינעם מיט ווערטער, קענען די ווערטער אזוי טיף אריינגיין און אזוי לעכערן די הארץ אז א מענטש זאל עס שפירן א גאנץ לעבן”
אבער חרוב מאכן א מענטש’ס לעבן פאר גארנישט און פאר נישט, דאס יא! בתנאי אז דאס איז בלויז א בילד וואס מען געט א כאפ.
“פארשעמען” איז א גרויסע זאך, אבער כאפן א מאדנע בילד וואס וועט ווערן א “היט”, איז סתם א “פאני זאך” און עס איז אסאך פאן. דאס הייסט פארשעמט? נע, וואס איז דען א קוועטש אויף א פאן-קעמרע?
זיין א שותף אין באשמוצן א איד, חלילה, היה לא תהיה! אבער זיין א שותף לדבר עבירה און קוועטשן דעם “פארווארד” קנעפל צו שיקן ווייטער א בילד וואס איז מלבין פני חבירו, דאס יא, אסאך פיינע מענטשן וועלן שיקן ווייטער אזא בילד און מאכן זיכער אז די בור המתגלגל ברשות הרבים זאל ווייטער לויפן.
“רבים חללים הפילה ועצומים כל הרוגיה” איז א פסוק וואס אסאך נוצן אויף די סכנות פון טעכנאלאגיע. אבער די דאזיגע פסוק קען אויך גענוצט ווערן זייער בוכשטעבליך אויף די שרעקליכע מכה פון בילדער וואס פארשפרייטן זיך בליץ שנעל, און אסאך מענטשן פאלן פון דעם קרבנות.
א מענטש איז באוואפענט מיט א קעמרע, ער “סנעפט” פיקטשערס, און ווען ער באמערקט א קאמישע סצענע, אדער א סיטואציע ווי איינער זעהט אויס מאדנע בעיני אלקים ואדם, געט ער א כאפ ארויס די פאון און האקט א פיקטשער!
העי, דו ווייסט אז די האסט יעצט געשאכטן א מענטש?
די מאדנע בילד ווערט שנעל ארויפגעלאדענט פאר די בני החבורה ביי וועמען דער בעל הפאון איז נושא חן דורך שיקן בילדער, די בני החבורה טוען זייער הייליגע שליחות און צעשיקן ווייטער די בילד, און טויזנטער מענטשן זעען דעם איד אין א נעבעכדיגע, נישט אויסגעהאלטענע אדער מאדנע סיטואציע….
וואס איז די רשעות פון פאראייביגן א נעגאטיווע בילד?
וואס איז די טפשות’דיגע אבסעסיע פון שיקן צו א האלבע שטאט יעדע מאדנע בילד?
פארוואס טראכסטו אז די ביסט א העלד ווען די שיקסט ארום א געמיינע בילד וואס פארגיסט בלוט?
פארוואס בכלל טראכסטו אז ארומשיקן א נארישע בילד – וואס דער מקבל האט סתם אזוי שוין באקומען פון זעקס אנדערע נערוון קריכער – מאכט דיר אן איש מכובד?
יעדער איינער פארמאגט די פריוועליגיע צו זיין אמאל א שלימזל, זיך אויסגליטשן אמאל, שטיין אין אזא חשדנות’דיגע מצב, אדער מאכן א מאדנע גרימאס, אבער צו האט יעדער די פריוועליגיע צו כאפן דערפון א בילד און חרוב מאכן מענטשן’ס רעפוטאציע, קאריערע, שלום בית וכדומה?
יעדער מענטש, און דער גרעסטער איש מכובד האט די נאטורליכע רעכט צו אראפקריכן פון זיין מכובד’דיגע בענקל, און זיך לאזן אביסל וואוילגיין, צו עס אביסל טרונקען און טאנצן אויף א שמחה, אדער זיך אמאל אויסטשוכען אין וואקאציע, אבער קיינער האט נישט קיין רעכט צו אביוזירן די דאזיגע רעכט און פאראייביגן אין א בילד א מענטש’נס שוואכקייט און אים חרוב מאכן.
יעדער קען די מליצה “כי באפם הרגו איש” מיט א דריי מיט די נאז קען מען חרוב מאכן א מענטש, אבער ווייניג מענטשן זענען אין פאקט געהרגעט געווארן פון א דריי מיט די נאז… אבער פון כאפן און שיקן א בילד האט מען שוין אסאך מענטשן חרוב געמאכט.
המלבין פני חברו “ברבים”, וואס מיינט ברבים? צען טויזנט מענטשן? ניין, ברבים מיינט דריי מענטשן. קיינמאל אין די היסטאריע האט מען נישט געקענט מקיים זיין די עבירה פון הלבנת פנים מיט אזא מהודר’דיגע ברבים, ווי היינט, ווען מיט טעקסט-אימעיל-אינטערנעט, קען מען מלבין זיין ברבים, פאר צענדליגער טויזנטער מענטשן בליץ שנעל.
**
לאמיר לערנען א שטיקל גמרא “כשם שאונאה במקח וממכר, כך אונאה בדברים, לא יאמר לו בכמה חפץ זה והוא אינו רוצה ליקח, אם היה בעל תשובה לא יאמר לו זכור מעשיך הראשונים, אם הוא בן גרים לא יאמר לו זכור מעשה אבותיך”
גענוי ווי עס איז פארהאן אן איסור אויף אפנארן אין געלט אנגעלענגנהייטן איז פארהאן אן איסור צו וויי טון מיט ווערטער, מען טאר נישט פרעגן א פרייז פון א סוחר אויב מען האלט נישט ביים קויפן, מען טאר נישט דערמאנען א מענטש זיינע עבירות, מען טאר נישט דערמאנען א גר זיין ייחוס”
“תני תנא קמיה דרב נחמן בר יצחק, כל המלבין פני חבירו ברבים כאילו שופך דמים….. כל היורדים לגיהנם עולים חוץ משלשה שיורדין ואין עולין, ואלו הן, הבא על אשת איש, והמלבין פני חבירו ברבים והמכנה שם רע לחבירו”
“איינער וואס איז מלבין פני חבירו איז אזוי ווי ער פארגיסט בלוט!
אלע וואס גייען אין גיהנום קומען צוריק ארויס, אויסער דריי וואס קומען נישט ארויס פון גיהנום, הבא על אשת איש, א מלבין פני חברו און א מכנה שם לחברו!”
“אמר רבי יוחנן משום רבי שמעון בר יוחאי, נוח לו לאדם שיפיל עצמו לכבשן האש, ואל ילבין פני חבירו ברבים”
“א מענטש זאל ליבערשט זיך אריינווארפן אין א פייער אויווען, ווי פארשעמען א חבר ברבים”!
אין חז”ל זענען טאקע דא מערערע הלכות “שלא לבייש” און און תקנות פון ראשונים וואס די תכלית אירע איז “נישט צו פארשעמען א איד”
אין ספר חסידים זענען פארהאן מערערע הלכות אז אויב א איד הערט א מלמד לערנען קינדער מיט טעותים, מעג ער אים אויפמערקזאם מאכן נאר אויב ער איז זיכער אז ער גייט אים נישט פארשעמען, אויב גייט ער אים פארשעמען זאל ער בלייבן שטיל!
אין ספר חסידים שטייט איבער א כהן אן עם הארץ וואס האט געזאגט ביים דוכנ’ען “וישמדך” אנשטאט וישמרך, און די טייטש איז חלילה “ער זאל דיר פארטיליגן” אנשטאט אז ער זאל דיר היטן, טאר מען אבער נישט פארשעמען דעם כהן!
אין בושה איז טאקע די איינציגע זאך אויף וואס חז”ל זאגן “הכל לפי המבייש והמתבייש” אז אנדערש ווי אנדערע נזיקין ווי נזק צער ריפוי און שבת, וואס פארמאגט א מארקעט פרייז, איז אבער בושה א גענצליך סוביעקטיווע זאך, די קענסט נישט זאגן “ווער בעט אים צו שעמען זיך” ניין, בושה איז א רעכט וואס יעדער מענטש מעג זיך שעמען פון וואס אים קוועטשט, און מען מוז נזהר זיין אין זיין כבוד.
מיר זעען דא קלאר פון חז”ל אז אז פארשעמען א איד איז די הארבסטע וואס קען זיין! און ווי קען מען אזוי פרעך עובר זיין אויף דעם בלויז פאר לייכטזיניגקייט, בלויז ווייל איך שיק ארום די בילד?
**
אויסער די בילדער מגיפה איז די גאנצע טעכאנאלאגיע גאר שטארק איינגעשפאנט אין די יצר הרע’ס מרכבה הטמאה פון “הלבנת פנים”
גאר אסאך בלוט איז שוין פארגאסן געווארן אויף די אינטערנעט, זי איז אן אויסגעצייכנטע פלאץ פאר השמצות, הוצאת שם רע, לשון הרע און רכילות.
די אינטערנעט ווי מען קען זיך באהאלטן אנאנים און טון אלעס אן טראגן קיין שום קאנסקווענצן, ווי מען קען שרייבן ככל העולה על רוחו אן זיך פארענטפערן פאר קיינעם און אן קיין שום דין וחשבון, אן דעם אז קיינער זאל וויסן ווער עס שרייבט; איז א אויסגעצייכנטע פלאץ צו משמיץ זיין, מוציא זיין שם רע און שופך דמים זיין ממש “כמתלהלה היורה זיקים בחיצים, ואומר הלא אך משחק אני”.
עס קען זיך זיצן ערגעץ אבי ווער און שרייבן עפעס אין אינטערנעט קעגן איינעם, סתם אויסגעזויגן פון פינגער, עפעס וואס קען יענעם צעגרונד לייגן; און ווי שווער איז דען צו פארשפרייטן עפעס אויף די אינטערנעט און דרוקן דעם “פארוווארד” קנעפל? אזוי קען א לעבן צעגרונד גיין.
אין די אינטערנעט ווי מען מוז נישט זיך “צושטעלן” און עס איז ריכטיג שטח הפקר ווירבלען קאנספיראטארן און פאנטאזירער, און עס ווערן געשריבן א געוואלד מיט שקרים, קאנספיראציעס און פאנטאזיעס געבויעט גג על גג. און אומשולדיגע מענטשן פאלן קרבנות פאר דמיונישע קאנספיראציעס.
מערערע מענטשן האבן זיך שוין ביטער אפגעבריט, פירמעס האבן שוין געשלאסן זייערע טויערן, און פאליטישאנס האבן געמוזט זיך געזעגענען פון אמט א דאנק די לייכטקייט וויאזוי אינטערנעט ברענגט אונטער מענטשן.
די אינטערנעט איז היינט די גרעסטע כלי פאר מחלוקת והשמצות און השחתה בין אדם לחברו!
**
מיר דארפן באקעמפן די אינטערנעט אן קיין פשרות, אבער גלייכצייטיג וויסן אז זי איז ביי א סאך מענטשן א פאקט, און מען מוז מעורר זיין אויף די דאזיגע פאקט.
יעצט ווען “גוגל” פלאנירט צו מאכן די “גוגל גלעזער”, ווי מען וועט האבן א גאנצע קאמפיוטער אויף די ברילן, מיט א קאמערע וואס קען פאראייביגן אלעס וואס די אויג זעהט און כאפן בילדער אנדעם וואס איינער זאל זעהן אז א בילד ווערט געכאפט אדער אז זיין שמועס ווערט רעקארדירט און ווידיא טעיפד, איז צייט צו קלערן: וועט מען טאקע פארלירן יעדע רעכט צו פריוואטקייט? וועט יעדנס בלוט ווערן מותר?
עס איז צייט פאר אינטערנעט באנוצער צו טראכטן: אין די אינטערנעט קולטור פארלירט מען טאקע פריוואטקייט און פארשעמען א מענטש איז סאך לייכטער אבער צו טוישן זיך הלכות צוליב דעם?
ווי גוט וועט זיך א מענטש שפירן אז ווען ער באקומט א אומאויסגעהאלטענע בילד וועט ער נישט בלויז עס נישט ארומשיקן, נאר ער וועט עס אויסמעקן און צוריק שרייבן צו דעם וואס האט עס געשיקט “המלבין פני חברו ברבים אין לו חלק לעולם הבא”, די זכות וועט זיין גאר גרויס!