בערלין – פאליטישאנס אין דייטשלאנד האבן אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז, נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען אז דאס טערקישע מיליטער נוצט טאנקען וואס זי האט איינגעקויפט מיט יארן צוריק פון דייטשלאנד, דורכצופירן זייערע מיליטערישע אפעראציעס קעגן די קורדישע רעבעלן אין סיריע. טערקיי האט אונטערגענומען די אנטי-רעבעלן אפעראציעס מיט עטליכע טעג צוריק, ווערנדיג פארדאמט דורך דער גאנצער מערב וועלט, וועלכע וויל אז טערקיי זאל אפלאזן די קורדישע רעבעלן און אפשטעלן די אפעראציעס קעגן זיי. פאליטישאנס אין דייטשלאנד זאגן, אז זיי ווילן אז די רעגירונג זאל אפשטעלן סיי וועלכע האנדלס אפמאכן איבער פארקויפן וואפנס און מיליטערישע געצייג, אזוי לאנג ווי דאס טערקישע מיליטער נוצט אירע טאנקען פאר די אנטי-רעבעלן אפעראציעס.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.