דמשק – דער אנגעצויגענער צושטאנד איבער טערקיי’ס מיליטערישע שריט אין סיריע, איז נעכטן פארערגערט געווארן, ווען דאס טערקישע מיליטער האט גאר אריינגעשיקט ערד-טרופן צו אינוואדירן טיילן פונעם אפרין פראווינץ, מיט’ן ציל צו באקעמפן די ארטיגע אמעריקאנער-געשטיצטע קורדישע רעבעלן, וועמען טערקיי באטראכט אלס א געפאר פאר איר עקזיסטענץ.
אין דער זעלבער צייט האט די טערקישע עירפארס אנגעהאלטן אירע לופט באמבארדירונגען אויף צילן פון די קורדישע רעבעלן, און ווי דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס האט נעכטן געזאגט, האט טערקיי געלאזט וויסן פון פאראויס פאר אמעריקע, אז זי פלאנירט די באמבארדירונגען, כדי אמעריקע זאל האבן גענוג צייט ארויסצוציען אירע מיליטערישע געצייג און זעלנער פון די געצילטע געגנטער. דערווייל האט מען געהערט פונעם רוסישן אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, אז אמעריקע איז שולדיג אויף דעם וואס טערקיי נעמט יעצט די ווילדע שריט, וויבאלד אמעריקע’ס שטיצע פאר די קורדישע רעבעלן האט געברענגט טערקיי’ס שטארקע אנגעצויגנקייט.