וואשינגטאן – א פעדעראלע רעגירונג שאטדאון איז אצינד אין אפעקט, נאכדעם וואס דער סענאט איז דורכגעפאלן צו באשטעטיגן א בודזשעט ביל, און די רעגירונג איז אפיציעל אויסגעלאפן פון פאנדס אנצוהאלטן אפן אלע אפיסעס און פונקציעס. קאנגרעס האט יא געהאט באשטעטיגט אן עמורדזשענסי בודזשעט ביל, אפן צו האלטן די רעגירונג פאר נאך עטליכע טעג, אבער אינעם סענאט איז עס געווארן פארהאנקערט, וויבאלד די דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן.
די דעמאקראטן האבן געוואלט אז די רעפובליקאנער זאלן אינעם עמורדזשענסי בודזשעט ביל מסכים זיין אריינצושטעלן אויך א ביל צו באשטעטיגן באשיצונג פאר די הונדערטער טויזנטער יונגע “דאקא” אימיגראנטן, אבער די רעפובליקאנער האבן נישט געוואלט. פרייטאג האט פרעזידענט טראמפ אריבערגערופן דעם דעמאקראטישן סענאט פירער, טשאק שומער, פאר עמורדזשענסי געשפרעכן, אבער אויך דאס איז דורכגעפאלן, און דער שאטדאון איז אריין אין אפעקט פרייטאג צונאכטס אום 12:00 אזייגער.
אין לויף פון שבת האבן שוין טויזנטער פעדעראלע רעגירונג באאמטע באקומען נאטיצן, אז זיי זאלן דערווייל נישט אריינקומען צו דער ארבעט, וויבאלד די רעגירונג איז טיילווייז אפגעשפארט, אבער אינעם סענאט האט מען ווייטער שווער געארבעט זיך צו פאראייניגן אויף א בודזשעט ביל אפצושטעלן דעם שאטדאון. מוצאי שבת האבן די רעפובליקאנער קלארגעשטעלט, אז זיי וועלן זיך נישט ברעכן אויף דאקא אדער סיי וואס, איידער די דעמאקראטן שטעלן זיך נישט צו צו באשטעטיגן אן עמורדזשענסי ביל אפצושטעלן דעם שאטדאון.