וואשינגטאן – פעדעראלע געזונטהייט באאמטע זאגן, אז זיי האבן געמיינט מיט א וואך צוריק אז דער פלו סעזאן האט שוין ענדליך דערגרייכט איר ערגסטן פונקט היי יאר און איז אויפ’ן וועג אראפ, אבער פרישע ציפערן צייגן אנדערש.
איינס פון די וועגן וויאזוי מען שאצט וואו דער פלו סעזאן האלט, איז דורכ’ן זאמלען אינפארמאציע איבער וויפיל מענטשן זענען אריינגעקומען צו דאקטוירים מיט פראבלעמען פון הויך פיבער און אנדערע פלו סימפטאמען.
מיט צוויי וואכן צוריק האבן 26 סטעיטס באריכטעט א הויכע צאל פון אזעלכע פאציענטן, און אין לויף פון דער נארוואס-פארענדיגטער וואך, האבן 32 סטעיטס באריכטעט א הויכע צאל פון אזעלכע פאציענטן, וואס באדייט אז דער פלו סעזאן איז נאכנישט אנגעקומען צו איר ערגסטן פונקט, און גייט נאך ארויף.
אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט אז אין ניו יארק סיטי זעט מען היי יאר ווייניגער פלו אינפעקטירטע ווי פאראיאר. די ציפערן צייגן אז אינעם יעצטיגן סעזאן זענען אין דער סיטי דערווייל געווען 5,892 דיאגנאזירטע, וואס איז מיט 378 ווייניגער ווי פאראיאר.