א פראנצויזישע פארפאלק וואס איז געכאפט געווארן אין סארדיניע מיט 40 קילאגראם פון ים-זאמד אין זייער קאר, וועט מעגליך באשטראפט ווערן ביז זעקס יאר טורמע.
דאס פארפאלק האבן געזאגט אז זיי האבן געוואלט נעמען די זאמד אהיים אלס אנדענק פון זייער רייזע, אבער זעט אויס אז זייער אנדענק וועט זיין עפעס אנדערש גאר, וועלכע קען זיך פארציען פאר ביז זעקס יאר…
זיי האבן נישט געוויסט אז די געזעץ אין סארדיניע פארבאט צו נעמען פון די באקאנטע ווייסע ברעג-זאמד וויבאלד זיי ווילן דאס אפהיטן, און ווער ס’פרובירט דאס צו גנב’נען באקומט א ערנסטע שטראף. די געזעץ איז אריין אין קראפט אין יאר 2017 נאכדעם וואס שכנים האבן זיך באקלאגט אז מענטשן גייען אהיים פון ברעג מיט פילע זעק זאמד, שעלס און שטיינדלעך.
צוליב די גרויסע זאק זאמד וואס די פארפאלק האט גע’גנב’עט ווארט זיי אפ א ערנסטע שטראף, די פאליציי האט קאנפיסקירט 14 פלעשער פון זאמד ביים טשיע ברעג אין דרום סארדיניע, זיי האבן געפלאנט צו פארן קיין טולון אין פראנקרייך דערמיט.