ווילסט האבן א שולע אדער א באן אויף דיין נאמען? ווילסט דיין נאמען זאל באשיינען א רייע שטיגן אין לופטפעלד? אויב וואוינסטו אין אינדיע האסטו די געלעגנהייט, אינדיע פארטיילט אזעלכע געשאנקען פאר “גאר גוטע שטייער צאלער”.
אין די יערליכע פינאנץ שטודיע פון אינדיע האט מען פארגעשלאגן פארשידענע געדאנקען וואס צו טוען מיט די פראבלעם אז דער עולם צאלט נישט קיין שטייערן. איינע פון די עצות איז געווען אז די נעמען פון וויכטיגע געביידעס, מאנומענטן, גאסן און באנען, זאלן גערופן ווערן אויף די נעמען פון די 10 בעסטע שטייער באצאלער אין דעם געגנט.
באזונדער וועט די רעגירונג צושטעלן פאר גוטע שטייער באצאלער פארשידענע בענעפיטן א שטייגער ווי ‘דיפלאמאטישע סערוויס’ אין די טערמינאלן, און ארויסלייגן אויף יעדע רעגירונגס געביידע די נעמען פון די פטרוני הבנין, וואס מיט זייערער שטייערן האט מען געבויעט די געביידע.
די צאל בירגער וואס צאלן שטייערן אין אינדיע איז זייער פארשעמנד. בלויז 41 מיליאן פון אזויפיל ווי 1.3 ביליאן אינדיאנער איינוואוינער האבן געצאלט דאס לעצטע יאר, וויבאלד מען פארדינט דארט צו ווייניג, קוים אויף צום לעבן, און א ריזן סומע פון מענטשן זענען באפרייט פון באצאלן שטייערן, צוליב פארשידענע רעליגיעזע אורזאכן.