בעיזשינג – א מאסיווע זוך אקציע איז אונטערגענומען געווארן אינעם מזרח-כינע ים, נאכדעם וואס אן איראנער אויל טאנקער שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט נאך א שיף, און 32 איראנער בירגער, וועלכע האבן זיך געפונען אויף דער טאנקער שיף, זענען פארשוואונדן.
דער צוזאמשטויס האט פאסירט אין די וואסערן נישט ווייט פון כינע’ס בארטנס, ווען די איראנער שיף האט געליפערט אויל (גאנץ מעגליך צו צפון קארעא אומלעגאלערהייט, לויט געוויסע באריכטן) און ס’האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א כינעזער שיף וועלכע איז געווען אויפ’ן וועג צו ליפערן סחורה קיין אמעריקע.
די טאנקער שיף האט עקספלאדירט פונעם צוזאמשטויס און די 32 מענטשן אויף דער שיף זענען פארשוואונדן געווארן. פילע מיליטערישע שיפן, אריינגערעכנט אן אמעריקאנער, זענען פארמישט אין זוכן די פארלוירענע.