אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס פאליטישע נייעס און ארטיקלען

“ער האט פארלוירן זיין שכל” טראמפ אטאקירט סטיוו בענאן

פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט זיך ארויסגעלאזט אין א ווילדע אטאקע קעגן זיין געוועזענער סטראטעגיסט סטיוו בענאן, צווישן אנדערע שרייבנדיג, אז בענאן האט פארלוירן זיין שכל, אין די זעלבע צייט ווען ער האט פארלוירן זיין דזשאב. בענאן גרייט זיך יעצט צו ארויסקומען מיט א ביכל ווי ער גיבט ארויס אסאך דעטאלן איבער טראמפ און זיין פאמיליע, און ווי עס שיינט האט טראמפ אנגעגרייט די רפואה פאר די מכה. טראמפ האט ארויסגעגעבן א שארפע בריוו קעגן סטיוו בענאן. דער אייגנטומער פון ברייטבארט נייעס, אט איז איבערגעטייטשט די בריוו פון דער פרעזידענט.

 

סטיוו בענאן האט גארנישט צוטון מיט מיר אדער מיט מיין פרעזידענטשאפט, ווען ער איז געווארן געפייערט האט ער נישט נאר פארלוירן זיין דזשאב, נאר אויך פארלוירן זיין שכל, סטיוו איז געווען אן איינגעשטעלטער וואס האט געארבעט פאר מיר נאכדעם וואס איך האב שוין געהאט געוואונען די נאמינאציע, און געווינען 17 קאנדידאטן, ווי עס ווערט אסאך מאל באצייכנט אלס די מערסט טאלאנטפולע גרופע אין די היסטאריע פון די רעפובליקאנער פארטיי.

יעצט ווען ער איז שוין אליינס, האט זיך סטיוו אויסגעלערנט אז געווינען איז נישט אזוי גרינג, ווי עס קען אויסקוקן, סטיוו האט זייער ווייניג מיט מיין היסטארישער געווינס, וועלכע איז געווארן אהערגעשטעלט דורך די פארגעסענע מענטשן אין אונזער לאנד. און יא, סטיוו האט געהאט צוטון מיט די פארלוסט פון א זיץ אין סענאט אין אלאבאמא, ווערנדיג געהאלטן דורך רעפובליקאנער פאר מער ווי 30 יאר, סטיוו רעפרעזענטירט נישט מיין באזע, און ער איז נאר גרייט פאר זיך.

סטעיטמענט פון די ווייסע הויז

סטיוו שטעלט זיך אהער ווי ער זאל גיין אין מלחמה מיט די מידיא, וואס ער רופט אן די “אפאזיציע פארטיי,” ער האט געשפענדט זיין צייט אין די ווייסע הויז מיטן ליעקן פאלשע אינפארמאציע צו די מידיא, צו מאכן זיך אויסזען מער וויכטיג ווי ער איז. און דאס איז די איינציגסטע זאך וואס ער טוט גוט. סטיוו איז גאר ווייניג געווען אין אן “איין אויף איין” זיצונג מיט מיר, און זיך אהערגעשטעלט ווי ער זאל האבן אסאך איינפלוס צו פארנערן אפאר מענטשן מיט קיין צוטריט אדער אנונג, וועמען ער האט געהאלפן שרייבן פאוני בוקס.

מיר האבן אסאך גוטע רעפובליקאנער מעמבערס אוו קאנגרעס, און קאנדידאטן וואס זענען זייער אין שטיצע פון די “מעיק אמעריקא גרעיט אגעין” אגענדע. ווי מיר, זיי האבן ליב די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, און העלפן צו ענדליך צוריקנעמען אונזער לאנד, און דאס אויפבויען, ענדערש ווי דאס פשוט זוכן צו פארברענען.

 

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.