בריטאניע’ס טערעזא מעי האט היינט ארויסגעווארפן דעם פארטיידיגונגס סעקרעטאר געווין וויליאמסאן, נאכדעם וואס ער האט ארויסגעגעבן אינפארמאציע איבער א קאבינעט זיצונג אנבאלאנגט די “וואווי” כינעזער מידיע נעץ.
אין א בריוו צו וויליאמסאן שרייבט מעי אז “איך האב פארלוירן צוטרוי אין דיר” און אז ער ווערט אפגעזאגט פון זיין אמט. ער איז געווארן איבערגענומען דורך פעני מארדאנט, די אנטוויקלונג סעקרעטארשע, און איז די ערשטע פרוי וואס האט באקומען אזא הויכע פאזיציע אין לאנד.
אינעם באגעגעניש וואס מעי האט געהאט היינט מיט וויליאמסאן האט זי געזאגט אז זי האט “איבערצייגענדע באווייז” אז ער איז דער וואס האט ארויסגעגעבן די אינפארמאציע. “ס’איז נישט דא נאך א ווערסיע אדער טעאריע וואס קען מסביר זיין ווי אזוי די אינפארמאציע האט געליעקט”.
דאס קומט נאכדעם וואס מ’האט געעפנט אן אויספארשונג וויאזוי די בריטישע מידיע האט באקומען אינפארמאציע אז בריטאניע וועט ארבעטן צוזאמען מיט די כינעזער “וואווי” מיטן אויפשטעלן א פרישע 5G נעטווארק.
וויליאמסאן האט געלייקנט אז ס’האט עפעס מיט אים. “כ’בין איבערצייגט אז א גרונטליכע אויספארשונג וועט ארויסשטעלן אז עס האט גארנישט מיט מיר” – שרייבט ער פאר מעי.