היינט אינדערפרי האבן זיך א מחנה פון באוואפנטע פאליציאנטן אראפגעלאזט אין די שטיל באוואוינטע ארט מיטן נאמען יארקשער, אין די געגנט פון שעפיעלד, און דורכגעפירט די ארעסטן, אזוי אויך איז די באמבע סקוואד אראפגעקומען אויפן פלאץ, און זענען געווען דארטן פאר א לענגערע צייט.
דער פאליציי ווארטזאגער האט געזאגט אז די ארעסטן געווארן אויספלאנירט, נאכדעם וואס די טעראר איינהייט פון די בריטישע אגענטור האבן געהאלטן אן אויג פאר א לענגערע צייט אויף די פלענער פון די טעראריסטן, און די פארדאכטן זענען געווארן באשטעטיגט.
אויך האט די פאליציי געשטורעמט א קאמיוניטי צענטער פאר אויספארשונגען, און אלס זיכערהייט איז קיינער נישט אריין געלאזט געווארן אין די גאנצע געגנט. ביז ארום 5:30 נאכמיטאג ווען די פאליציי האבן פארלאזט די געגנט.
ווי שכנים געבן איבער זענען זיי געווען אין טאטאלע שאק, אז אין זייער געגנט האבן געוואוינט אזעלעכע געפארפולע מענטשן, און עטליכע האבן אפילו גערעדט צו די מידיא, זאגנדיג אז “זיי קענען די ארעסטירטע, אין זיי קענען נישט גלייבן אז זיי זענען טעראריסטן!”
די פאליציי האבן דורכגעפירט נאך ארעסטן היינט איבערן גאנצן לאנד, אין לאנדאן אין טייל אין מאנטשעסטער.
קעפעל צענדליגע אריסטירט אין ענגלאנד – נאכהער 4 אריסטירט?
נקט לשון קמא או בתרא?
פיר ארעסטן זענען געווארן דורכגעפירט ביי די ספעציפישע אדרעס, די קעפל באציעט זיך צו די מערערע ארעסטן וואס זענען געווארן דורכגעפירט איבערן גאנצן לאנד.