ענדע פאריגע וואך איז באריכטעט געווארן אין אמעריקאנער נייעס סטאנציעס אז אמעריקע גייט דערקלערן די רעוואלוציאנערע געווארדיע אלס אפציעלע טעראר ארגאניזאציע.
אין רעאקציע צו די באריכטן האבן 255 איראנער פארלאמענט מיטגלידער היינט זונטאג פראקלאמירט אז איראן וועט נעמען ענליכע שריט אויב די רעוואלוציאנערע געווארדיע וועט אריינגיין אין אמעריקע’ס טעראר ליסטע.
די פירער פון אמעריקע וואס זיי זעלבסט פראדוצירן די טעראר אין מיטל מזרח, וועלן חרטה האבן אוף די ‘אידיאטישע’ מהלך. זאגט איינער פון די פארלאמענט מיטגלידער.
דער קאמאנדיר פון די רעוואלוציאנערע געווארדיע מוכאמעד עלי דזשאפרי זאגט אז די אמעריקאנער קרעפטן אינעם מיטל מזרח ראיאן וועלן מער קיינמאל נישט וויסן וואס שטילקייט מיינט אויב אמעריקע וועט נעמען די נארישע באשלוס.
לויט פארשידענע סטעיט דעפארטמענט באאמטע גרייט זיך אמעריקע שוין מארגן צו מעלדן אז זיי לייגן אריין די רעוואלוציאנערע געווארדיע אין די טערעאר ליסטע.
דאס גייט זיין דאס ערשטע מאל וואס אמעריקע לייגט אריין א אפציעלע אפטיילונג פון א פרעמדע לאנד אין די טעראר ליסטע.
פארשידענע באאמטע אין די פענטאגאן און אין די סי-איי-עי האבן פרובירט אפצורעדן דעם פרעזידענט פון נעמען די שריט, אבער ווי עס זעט אויס גייט דאס שוין מארגן פאסירן
סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו, און דזשאן באלטאן זענען דערפאר, און האבן שטארק צוגעשטופט דעם פרעזידענט צו דעם.