די סירישע דעמאקראטישע קרעפטן – וואס באשטייט פון קורדישע רעוואלטירער וועלכע ווערן געשטיצט דורך די פאראייניגטע שטאטן – הארן געמאלדן אז די אייסיס טעראר גרופע איז ארויסגעשטויסן געווארן פון בארוז, די לעצטע שטיק טעריטאריע אין סיריע וואס איז נאך געווען אונטער זייער קאנטראל. “בארוז איז באפרייט” האט דער ווארטזאגער פון די גרופע מוסטאפא באהלי געשריבן. “די זיג אויף אייסיס איז פארענדיגט געווארן”.
די קורדישע קרעפטן שלאגן זיך גאר בלוטיג אין די לעצטע פאר וואכן מיט די אייסיס קעמפער אין די בארוז געגנט וועלכע גרעניצט זיך מיט איראק, אבער מיט דעם אלעם איז נאך אייסיס זעלבסט נישט באזיגט, פארמאגנדיג טעריטאריע אין איראק. “מיר ארבעטן ווייטער צו פארמעקן גענצליך אייסיס, ענדגילטיג” ענדיגט באהלי צו זיין טוויט.
אין די לעצטערע וואכן זענען טויזענטער בארוזער איינוואוינער אנטלאפן פון דארט צוליב די שלאכטן, און דאס האט געהאלפן פאר די דעמאקראטישע קעמפער צו קענען געבן געבראטענע שלעק פאר די ברוטאלע טעראריסטן, אנע זארג אז ציווילע וועלן פארענדיגן אומשולדיגערהייט זייער לעבן.
מיט דעם אלעם האט אייסיס פארשפרייט פראפעגאנדע ווידעא’ס וויאזוי זיי באשיסן די קורדישע קעמפער מיט הייס פייער, כדי צו נידערן אביסל זייער נידערלאגע און הילכיגן פראסק.
דער סירישער אמבעסאדאר צו די יו. ען. באשאר דזשעפארי האט אבער געזאגט אז אייסיס איז בכלל נישט אויסגעראטן, און נאר די אסאד רעזשים מיט די הילף פון רוסלאנד און איראן זענען די וואס דארפן באקעמפן אייסיס און טעראר, אמעריקע האט זיך נישט וואס אריינצומישן דא…
אסאד און זיינע אליאירטע האבן געשוואוירן צו ברענגען גאנץ סיריע אונטער די אסאד רעזשים, און שלינגען נישט אראפ אז זייערע שונאים די קורדישע פרייהייט קעמפער האבן באוויזן דאס וואס זיי האבן נישט געקענט – אדער געוואלט – באווייזן. אין די זעלבע צייט ווערן די קורדן גע’רודפ’ט דורך טערקיי וועלכע וויל זיי אויסראטן, באצייכענענדיג די קורדן אלס טעראריסטן.