אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

איטאליע פארבאט אומוואקסינירטע קינדער צו קומען אין שולע

איטאליע האט ארויסגעגעבן א שטרענגע איסור קעגן קינדער וואס זענען נישט וואקסינירט, אז זיי טארן נישט קומען אין שולע, נאך צוויי חדשים פון די נאציאנאלע דעבאטע איבער די וואקסין געזעץ אין לאנד.

די פאפוליסטישער רעגירונג אין איטאליע האט ארויסגעוויזן קעגנערשאפט צו צווינגען עלטערן אז זיי מוזן וואקסינירן זייערע קינדער, אבער אין ענדע האבן זיי זיך אויסגעגליכן מיט די געזונטהייט אגענטור פון לאנד, נאכדעם וואס די מיזעלס אנגעשטעקטע ציפערן זענען דראסטיש געפאלן.

די געזעץ וואס באצווינגט וואקסינס אויף קינדער ווערט אנגערופן די לארנטשין געזעץ, אויפן נאמען פון די געוועזענע געזונטהייט מיניסטארשע ביאטריס לארנטשין. לויטן געזעץ וועט מען באשטראפן די אלע וואס האבן נישט גענומען א רייע פון איינשפריצונגען קעגן א רייע מחלות.

נעכטן איז די געזעץ אריין אין קראפט. “אן קיין וואקסינס איז נישטא קיין שולע” האט די געזונטהייט מיניסטארשע דזשוליא גארילו געמאלדן. זי האט גלייכצייטיג גערופן פאר א באלדיגע וואקסינאציע פאר אלע קינדער וואס האבן נאכנישט גענומען די וואקסינס.

א קינד וואס קומט אין שולע אומוואקסינירט וועלן די עלטערן אויסשטיין א שטראף פון 500 יורא, און קינדער אונטער זעקס וועלן פארשיקט ווערן פון שולע אויב קומען זיי איידערן געשטאכן און וואקסינירט ווערן.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.