אין א פרישע געשאנק פאר די די מוסלעמענער אין כינע, האט די רעגירונג נעכטן געמאלדן אז “אויב וועט קומען א טאג וואס די געזעלשאפט ווען מער נישט דארפן צוקומען דערצו, וועלן דאס פארמאכן די מוסלעמענער לאגערן”.
די לאגערן אינעם מוסלעמענער אטאנאמישער געגנט שינדזשיאנג אין מערב כינע האט געברענגט אן אינטערנאציאנאלער שטורעם, נאכדעם וואס געוועזענע ארעסטאנאן האבן געשילדערט די שווערע אומשטענדן אונטער וואס זיי זענען געהאלטן געווארן, אריינגערעכנט ווערן געפייניגט.
מענטשן רעכט גרופעס, פראפעסארן און די אמעריקאנער רעגירונג, שאצן אז עס געפינען זיך דארט ארום א מיליאן מוסלעמענער אין א ריזיגער נעץ פון לאגערן, וואס ווערט געפירט אונטער א שווערע וואך אין גרויס געהיים.
אין א פרעסע קאנפערענץ האט דער מעיאר פון שינגדזשיאנג געזאגט אז עס איז דא ווייניגער ווי א מיליאן מענטשן, אבער ער האט נישט געלאזט ברענגען קיינעם פון די מוסלעמענער צו די קעמרעס. באזונדער האט ער צוגעלייגט אז פראקטיצירן רעליגיע איז פון די הארבסטע פארברעכנ’ס אינעם לאגער.
די כינעזער האבן איינגעשפארט די אלע ארטיגע אראבער מיט א טענה אז זיי מוזן עס טוען פארן זיכערהייט פונעם לאנד, וויבאלד די אראבער פירן דורך טעראר אטאקעס און מארדן אויס אומשולדיגע מענטשן. אין פאקט, זינט די לאגערן זענען אין קראפט, איז דא בלוט פארגיסונגען אין געגנט פיל מער ווי בעפאר דעם.
אין יאר 2017 האבן די כינעזער באאמטע ארעסטירט אין שינדזשיאנג פילע מוסלעמענער און פרעמדע בירגער, זיי איינשפארנדיג אין לאגערן. עס זענען ארויסגעוואקסן איין לאגער נאכן צווייטן אינעם געגנט, וואס איז אזוי גרויס ווי האלב פון אינדיע.