אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

רוסלאנד בתפארתה: שטרענגע געזעצן פאר ווער עס “פארשעמט דאס לאנד”

א געזעץ איז אדורכגעפירט געווארן דעם וויקענד אין רוסלאנד, וואס לייגט ארויף ערנסטע באגרעניצונגען אויף די אינטערנעט צוטריט, און איז גאר שטרענג קעגן די וואס “פארשעמען דאס לאנד”.

די געזעץ טוט הארב באשטראפן די וואס דערוואגן זיך צו פארשפרייטן סיי וועלכע מאטעריאל וועלכע “פארמאגן אין זיך אומרעספעקט צום לאנד, צו אירע סימבאלן, און צו אירע רעגירונג’ס פליגלען”.

אויסער ערנסטע געלט שטראפן, וועלן די פארלעצער באקומען א טורמע טערמין פון 15 טאג פאר יעדע איינציגסטע מעסעדזש וואס זיי שטעלן ארויס.

די געזעץ איז באשטעטיגט געווארן אינעם אונטערשטן הויז פון די פארלאמענט וואס איז אונטער די איינפלוס פון די קרעמלין. באזונדער איז באשטעטיגט געווארן א געזעץ אז ווער עס דערוואגט זיך צו פארשעמען די רעגירונג אויף סאציאלע פלאטפארמעס, וועט באלד אפגעהאקט ווערן זיין אינטערנעט.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.