אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

דזשערעמי קארבין ווערט באווארפן מיט אייער אין אראבישע מעטשעט

דער פירער פון די בריטישע לעיבאר פארטיי – דזשערעמי קארבין – האט געכאפט אן איי אין קאפ אריין, דורכאויס א באזוך אין א אראבישע מעטשעט נעכטן אין צפון לאנדאן.

קארבין איז געגאנגען באזוכן זיינע שטיצער אין די מוסלעמענער מעטשעט און איז נישט געשעדיגט געווארן פון די איי וואס האט געקראכט אויף אים, און די פאליציי האט ארעסטירט א ברעקזיט-שטיצער אין פארבינדונג מיט דעם אינצידענט.

“א 41 יעריגער מאן אזי באלד געכאפט געווארן דורך די פאליציי וואס איז אלארמירט געווארן, ווערנדיג פארדעכטיגט אין דורכפירן די אטאקע” האט די פאליציי געמאלדן.

קארבין איז באקאנט אלס א שארפער קעגנער פון מדינת ישראל, און אידענטיפיצירט די כאמאס און כיזבאללא טעראר גרופעס אלס “מיינע פריינט”, און ער דרוקט זיך כסדר אויס אנטיסעמיטיש, וועלנדיג געפעלן די טויזנטער אראבישע אימיגראנטן וועלכע פארפלייצן לאנדאן, וואס זענען זיינע פאטענציאלע וויילער.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.